האנאלולו, האוואאי. - יונייטעד עירליינס האט זיך אנטשולדיגט פאר א טיטשער אין האוואאי, נאכדעם וואס זי האט געמוזט האלטן אויף זיך איר קליין צוויי א האלב יעריג קינד, ווייל דער עראפלאן זיץ וואס זי האט געקויפט פאר'ן קינד איז צוגענומען געווארן דורך א לופטליניע ארבעטער און איז געגעבן געווארן פאר א סטענדביי פאסאזשיר. די טיטשער האט געצאלט 1,000 דאלאר איטליכער פאר צוויי טיקעטס פאר דער רייזע פון יוסטאן, טעקסאס, קיין האוואאי, ווייל די לופטליניע פארלאנגט א פולן טיקעט פאר א קינד העכער 2 יאר אלט. זייענדיג אויפ'ן עראפלאן איז א פלייט אטענדענט צוגעקומען, און האט געהייסן די טיטשער אויפגעבן דעם זיץ פונעם קינד און האלטן דאס קינד אויף זיך, בשעת אוועקגעבן דעם זיץ פאר א סטענדביי פאסאזשיר. ווען זי האט פראטעסטירט, האט די פלייט אטענדענט זיך נישט וויסנדיג געמאכט. שפעטער האט זיך די לופטליניע אנטשולדיגט.

בילד: יונייטעד עירליינס אנטשולדיגט זיך פאר'ן צונעמען קינד'ס זיץ

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל