וואשינגטאן. - דער רעגירונגס דירעקטאר פונעם אפיס אוו גאווערמענט עטיקס, וועלכער פלעגט פיל צימבלען די טראמפ אדמיניסטראציע איבער עטיקס פארלעצונגען, האט דאנערשטאג פארלאזט זיין אמט. דער באאמטער, וואלטער שאוב, איז אריבערגעגאנגען צו ארבעטן ביים קאמפיין ליגל צענטער, א טינק-טענק גרופע וואס גיבט זיך אפ מיט כאפן קאמפיין פינאנץ געזעץ פארלעצונגען. שאוב איז געשטעלט געווארן צום אמט דורך פרעזידענט אבאמא. די געפעכטן צווישן אים און די טראמפ אדמיניסטראציע האט זיך אנגעהויבן גלייך נאך טראמפ'ס ערוויילונג, ווען ער האט געדרוקט אויף טראמפ זיך גענצליך אפצושיידן פון זיינע ביזנעס אינטערעסן, א זאך וואס טראמפ האט זיך אנטזאגט צו טאן און אויף דעם האט שאוב גע'טענה'ט אז טראמפ'ס שריט מיינט אז ער קומט נישט נאך די עטיקס סטאנדארטן. ער האט אויך פארלאנגט אז טראמפ זאל באשטראפן איינעם פון זיינע ראטגעבער וועלכער האט עפנטליך רעקלאמירט די סחורה פון טראמפ'ס קינדער.

בילד: וואלטער שאוב

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל