אוגוסטא, מעין. - דער מעין גאווערנאר, דער רעפובליקאנער פאול לעפעידזש, האט דאנערשטאג שפאסיג געזאגט אז ער טוט דירעקט פאבריצירן געשיכטעס, כדי צו פארפירן די פרעסע. לעפעידזש איז פונעם טראמפ לאגער, און פארמאגט א שטארקע שנאה צו דער פרעסע, וועמען ער באצייכענט אלס פעיק ניוס. האט ער געזאגט דעם סטעיטמענט אין רעאקציע צו א מידיא באריכט, אז ער האט געפלאנט צו פארלאזן די סטעיט און גיין וואקאציאנירן בשעת די סטעיט האט נאכנישט קיין בודזשעט שוין מער ווי א מאנאט, צוליב די געפעכטן צווישן די דעמאקראטישע און רעפובליקאנער געזעץ-געבער. ער האט אפגעלייקענט די געשיכטע און האט געזאגט אז עס איז א טייל פון די ליגנטס פון דער פרעסע. ער האט פארדאמט די פרעסע, אלס שלעכט, אומאקוראט און נוצלאז, זאגנדיג אז דעם טאג וואס דאס מין זאך ווי א דרוק מאשין וועט עלימינירט ווערן, וועט די וועלט אפאטעמען.

בילד: מעין גאווערנאר פאבריצירט געשיכטעס צו פארפירן די מידיא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל