וואשינגטאן. - דער אמעריקאנער האלאקאוסט מוזעאום אין וואשינגטאן די. סי. האט געמאלדן, אז זי איז איבערגעשטיגן איר ציל פון אויפטרייבן א פערטל מיליאן דאלאר, וואס וועט גענוצט ווערן צו פרעזערווירן און פארוואנדלען אין דיגיטאלן פארמאט פילע אפגעשריבענע טאגביכער פון האלאקאוסט איבערלעבער. דער מוזעאום האט אנגעהויבן דעם קאמפיין פארגאנגענעם יוני 12, אינעם געבורסטאג פון אנא פראנק, דאס מיידל וועלכע האט אפגעשריבן דעם באקאנטן טאג-בוך, און איז אומגעקומען אינעם האלאקאוסט. איבער 4,500 מענטשן האבן בייגעשטייערט צום קאמפיין. דער מוזעאום האט יעצט אויסגעברייטערט דעם ציל צו נאך 50,000 דאלאר, כדי צו נוצן דאס געלט איבערשרייבן 10 האלאקאוסט טאגביכער צו דער ענגלישער שפראך.

בילד: פערטל מיליאן דאלאר צו פרעזערווירן האלאקאוסט טאגביכער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל