ברוקלין, ניו יארק. - די פאליציי האט נעכטן ארויסגעגעבן סארוועילענס בילדער וואס צייגט ווי א פארברעכער צינדט אונטער א "מצוה באס", אין קראון הייטס, פאר 10 טאג צוריק. די בילדער צייגן קלאר דעם געזיכט פונעם פארברעכער, און די פאליציי האפט אז אזוי וועט מען אים קענען אידענטיפיצירן און כאפן. די מצוה באס איז געווען א באצירטע געלע סקול באס, וועלכע האט באלאנגט צו א איד לוי שרייבער, און איז געווען פארקירט אויף טראוי עוועניו, צווישן מעיפל און מידוואוד סטריטס אין קראון הייטס, ווען עס איז אונטערגעצונדן געווארן אינמיטן דער נאכט, יוני 26. שרייבער האט איבערגעגעבן אז ער האט געליטן גרויסע שאדנס, ווייל אינעם באס איז געלעגן איבער 1,000 דאלאר אין ווערד פון חפצים, אין צוגאב צו קינדער ביציקלעך, קאר סיטס, ביציקל העלמעטס, און אנדערע מאלערייען וואס זענען פארניכטעט געווארן אין דעם פייער. גראדע, א היסטארישע מאלעריי פון מר. שרייבער, וואס מאלט אפ ווי א איד ווערט גע'רודפ'ט דורך נאצי סאלדאטן, האט יא איבערגעלעבט די שריפה.

בילד: פאליציי גיט ארויס בילד פון אונטערצינדונג פון מצוה באס

בילד: דער פארברעכער וואס האט אונטערגעצינדן די "מצוה באס" אין קראון הייטס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל