סאודי אראביע. - די פיר אראבישע לענדער וועלכע האבן דערקלערט א באיקאט אויף קאטאר, האבן געמאלדן אז היות קאטאר האט זיך נישט צייטליך צוגעשטעלט צו די פארלאנגען וואס די אראבישע לענדער האבן ארויסגעלייגט, וועלן די שטראפן און סאנקציעס קעגן איר נאך מער פארשארפערט ווערן. די אראבישע לענדער האבן ארויסגעלייגט א ליסטע פון 13 פונקטן צו וואס קאטאר האט זיך געדארפט צושטעלן. אריינגערעכענט דאס פארשליסן אירע מידיא סטאנציעס וואס דעקן אויף קארופציע ביי די אראבישע לענדער. איצט זאגן די אראבישע לענדער אז די 13 פונקטן אפמאך איז אנולירט, און קאטאר וועט סאך מער ליידן פאר'ן זיך נישט צושטעלן צו זייערע פארלאנגען. די אראבישע לענדער האבן דאך אונטערגעשטראכן אז זייער קאמף איז מיט דער קאטאר רעגירונג און נישט מיט אירע בירגער. די פיר לענדער זענען די יונייטעד ערעב עמירעיטס, עגיפטן, און באכרעין. פארגאנגענעם מאנאט האבן זיי אפגעהאקט זייערע פינאנציעלע, דיפלאמאטישע און רייזע פארבינדונגען מיט קאטאר, א לענדל פארשטופט אויפ'ן אנדערן זייט פונעם אראבישן האלב-אינזל, קעגנאיבער תימן און איראן, וועלכע מוז צוקומען צו סאודי אראביע לופטן און טעריטאריעס אנצוקומען צו אנדערע אראבישע לענדער.
בילד: אראבישע לענדער פארשארפן באיקאט אויף קאטאר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל