האמבורג, דייטשלאנד. - צענדליגער פאליציאנטן זענען געשעדיגט געווארן אין האמבורג, דייטשלאנד, ביים ארט פון דעם דזשי. 20 סאמיט. דער סאמיט ווערט אפגעהאלטן יערליך און די פירער פון די רייכסטע און אנטוויקלטסטע 20 לענדער באטייליגן זיך דארטן. היי יאר קומט עס פאר אין האמבורג, א הויפט פארט-שטאט אין דייטשלאנד. די דייטשע קאנצלערין האט געזאגט אז זי מאכט דאס דירעקט אין א גרויסער אפענער שטאט, כדי צו ווייזן אז דעמאקראטיע איז גענוג שטארק אויסצוהאלטן אפילו אזעלכע שטורמישע פראטעסטן, און אז מ'לאזט מענטשן פריי פראטעסטירן. אלעמאל ביי אזעלכע גרויסע קאנפערענצן קומען זיך צוזאם אלערליי אנארכיסטן, ליידיגגייער און איבער-קערער, צו מאכן איבערקערענישן און פראטעסטן, אין נאמען פון אלערליי קריוודעס אין דער וועלט, אריינגערעכענט אנטי-ביזנעס, אנטי קאפיטאליזם, אנטי דאס וואס מען היט נישט אויף די ענווייראמענט. אבער דאס מאל זענען די פראטעסטן שטארק היציג, אין אויפברויז אויף פרעזידענט טראמפ וועלכער האט ארויסגעצויגן אמעריקע פונעם פאריזער קלימאט אפמאך. איבער 13,000 פראטעסטירער האבן געבושעוועט אין די גאסן פון האמבורג, די פאליציי גלויבט אז 8,000 זענען מענטשן וואס קומען מיט'ן פלאן פאר געוואלדטאטן. 2,000 פון זיי זענען געגאנגען געקליידט אין שווארצן און מיט מאסקעס אויפ'ן פנים. פילע פאליציאנטן זענען פארוואונדעט געווארן פון די ציגל און פלעשער וואס די באגאבונדן האבן געווארפן. די פילאטן פון די פאליציי העליקאפטערס זענען געשעדיגט געווארן פון לעיזער פוינטערס וואס מ'האט געשיינט אין זייערע אויגן. דער סאמיט האט געזאלט אנהאלטן פרייטאג און שבת, און א רייע וויכטיגע טעמעס האבן דארטן געזאלט דיסקוסירט ווערן.

בילד: טוצן פאליציאנטן געשעדיגט ביי שטורמישע דזשי. 20 פראטעסטן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל