האמבורג, דייטשלאנד. - די וועלט ווארט מיט שפאנונג צו הערן דעם אויסקום פונעם ערשטן פערזענליכן מיטינג צווישן פרעזידענט טראמפ און דעם רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין, וואס קומט פאר היינטיגן פרייטאג.

מ'האט זיך שטארק געהאט געזארגט, אז וויאזוי טראמפ וועט נאר נישט דרייען, וועט ער ארויסקומען א פארלירער פונעם מיטינג. פוטין איז א וועטעראן פאליטישאן, וואס האט שוין געהאנדלט מיט 2 אמעריקאנער פרעזידענט און מיט צאללאזע וועלט פירער, בעת פרעזידענט טראמפ איז בכלל ניי צו פאליטיק, און זיינע אויסערן אנגעלעגנהייטן פעאיגקייטן זענען נאכנישט געהעריג אויסגעשארפט. מען האט זיך געגרייט אז פוטין קומט צום מיטינג נאכ'ן זיך איינ'חזר'ן די וויכטיגסטע פונקטן און די שארפסטע ווערטער, ווידעראום פרעזידענט טראמפ איז נישט אזוי איינגעקנעלט און וועט זוכן א פריינטליכן שמועס וואס וועט געבן דעם אויבערהאנט פאר פוטין.

אמאל פלעגט מען באשולדיגן טראמפ אין זיין באפריינדעט מיט פוטין, און ביים קאמפיין האט טאקע טראמפ אלץ געהאט גוטע ווערטער אויף פוטין, וואס מ'האלט נאך אגב אינמיטן דער אויספארשונג צי פוטין האט געהאלפן טראמפ ערוויילט ווערן... פון דער אנדערער זייט האט זיך די פריינטשאפט אפגעקילט, נאכדעם וואס טראמפ האט איינגעזען אז רוסלאנד איז גרייט צו ארבעטן מיט שלעכטע רעזשימען און זעלבסט ארויסווייזן שלעכטקייט, אלעס כדי צו געבן אמעריקע א שנעלקע אין נאז. איידער דער פרעזידענט האט זיך ארויסגעלאזט קיין האמבורג, האט ער פארדאמט רוסלאנד פאר אירע אקטן אין סיריע, פאר אירע אקטן אין אוקראינע, און פאר'ן זיין אומהילפבאר. עס איז אויך נישט קלאר געווען וואס רוסלאנד קען נאכגעבן פאר אמעריקע צו שאפן מער פריינטשאפט און וואס אמעריקע קען נאכגעבן. קלאנגען האבן קורסירט אז טראמפ איז גרייט צוריקצוגעבן פאר רוסלאנד די רוסישע רעזארט הייזער אין ניו יארק און אין מערילענד, וואס איז צוגענומען געווארן ווען פרעזידענט אבאמא האט אין זיינע לעצטע טעג פארגאנגענעם דעצעמבער ארויסגעווארפן 36 רוסישע דיפלאמאטן פון אמעריקע, אלס נקמה פאר רוסלאנד'ס זיך אריינמישן אין די אמעריקאנער וואלן.

בילד: וועלט אין שפאנונג צו הערן אויסקום פון ערשטן מיטינג צווישן טראמפ און פוטין

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל