אהרן ישעיה ראזנער - א ברודער פון דעם "לב טהור" קולט פירער מאיר ראזנער - איז פארמאל אנגעקלאגט געוואָרן פאר'ן העלפן די ראַדיקאַלע קולט אין פארברעכערישע אקטן, אריינגערעכנט קידנעפינג, האלטן משכונות פאר אפצאהל, און נאך.

ראזנער איז ארעסטירט געווארן מוצאי שבת פאר זיין טייל אין די גרויזאמע קידנעפּינג פון צוויי אידישע קינדער, נאכדעם וואס זייער מאמע איז ענליך געלונגען צו אנטלויפן פון די צורידערטע באנדע, וואס איז היינט שוין אויסגעשפיגן פון כלל ישראל אלס א כאטקע ראדיקאלן וואס מען האט נאכנישט געזעהן מיט אזא שטאפל אין אונזער רייכע היסטאריע.

ראָזנער ווערט אָנגעקלאָגט מיט קידנעפּינג און אָבסטראָקשאָן אוו דזשאָסטיס, נאָכפאָלגענדיג דאָס פאַרשוואונדען ווערן פון 14-יעהריגער יענטא טעללער און איר 12-יעהריגער ברודער חיים די פאַרגאַנגענע חנוכה.

דעם טרועריג-בארימטער קולט פירער מאיר ראזנער איז ארעסטירט געווארן דורך אינטערפאל אין מעקסיקא, צוזאמען מיט זיינע מיטארבעטער. 

דער ריכטער האט אנטזאגט פון ארויסלאזן אהרן ראזנער אויף בעיל ביז'ן משפט



באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל