די פאָדערשטע זייט פון "לַבלר" פאַר חודש טבת תשע"ט
רייכער "לבלר" לחודש טבת, 56 עמודים פון רייכסטן אינהאלט, בייגעלייגט אין "מאמענט" פון היינטיגער וואך פרשת שמות.
א שטורם אין א גלעזל קאווע
אויסשליסליכער תורה-שמועס מיט בארימטן פוסק פון געיטסהעד הגאון הגדול רבי פסח אליהו פאַלק שליט״א איבער די חששות זיך צו באניצן שבת מיט די נייע סארט קאווע שטויב פון לאנדאןהייליגע בריוו
וויאזוי א בארא פארקער בעל הבית האט גענומען אויף זיך צו איינזאמלען און פארעפנטליכן די הונדערטער פייערדיגע בריוו פון חד מגדולי צדיקי דורינו רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, גדול המשפיעים והעובדים בזמנינו. אויסשליסליכער און ערשטמאליגער אינטערוויו מיט החסיד הנגיד ר' אלטר שמואל סטעפאנסקי שליט"א, דער מוציא לאור און זאמלער פון "אוסף מכתבים", וועלכער שענקט א נאנטן אריינבליק אין דעם דמות הוד וואס באלייכט עיניהם ולבם פון כלל ישראל פאר צענדליגער יארןאייגנארטיגער ״איבעיא להו״ שאלות ותשובות פאנעל
הרב עזריאל טויבער: פארוואס זענען מיר געמישט צווישן די אומות העולם?הרב אהרן פריעדמאן: וויאזוי קען איך איבערקומען די נאכאנאנדע קווענקלענישן ביי יעדער החלטה?
הרב מרדכי גנוט: ווער האט צעטיילט די קאפיטלען און פסוקים פון תנ"ך לויט'ן היינטיגן סדר?
דעם רבינ'ס מכון
הרב יואל פוקס שליט״א, ראש המכון "למען דעת", איבער די ספרי קודש פון תולדות-אהרן רבי׳ן און די כתבי קודש וואס זענען געראטעוועט געווארן פון פייער באלד 30 יאר צוריקבעל מנחת חינוך
א חסידישער גדול פון גאליציע, א פארפאסער פון א לעגענדארן לומד'ישן חיבור, א שוואגער מיט א וועלטס-רבי און זעלבסט אן איידעם ביי א חסידישע רבי, א רב אין פינף שטעט און פון די גרעסטע לוחמים קעגן השכלהפולמוס הרמח"ל
דאס שטורמישע לעבן פון בארימטן בעל מקובל הגה"ק רבי משה חיים לוצאטו זצוקללה״ה, בעל מסילת ישרים, און די העפטיגע שערורי׳ ארום זיינע חיבורים- הרב אלימלך פריעדמאן: כשרות אין קעז און שאלות ביים פעסטוריזירן
- הרב שלמה אשר טויבער: וויאזוי איז מעגליך צו זיין בשמחה?
- נייע סעריע פון הרב עזריאל טויבער: דאס פינטעלע איד, דער ריכטיגער באדייט פון א איד
- צווייטער טייל פון הרב סיני מלבוצקי׳ס סעריע: ספרים און דרוקעריי
- אויפ׳ן ספרים מארק
הוסף רשומת תגובה