אמעריקע גייט איצט דורך א שווערן פראסטיגן ווינטער עפיזאד.

פאריגע וואך האט מען געהערט ווארענונגען אז עס קומט צוויי ווינטער שטורעמס פון וואס מערערע סטעיטס וועלן ליידן, אבער די רעדע איז געווען נישט בלויז פון גרויסע שנייען, נאר אויך פון א ביטערע פרעסט וואס וועט נאכפאלגן, וואס וועט פילפאכיג שווערער מאכן דעם מצב.

דאנערשטאג האט זיך אויסגעקלארט דער וועטער אויסקוק וואס האט געוויזן אז 2 שטורעמס מארשירן קיין אמעריקע איבער'ן "וויקענד", אבער דאס איז נאכגעפאלגט געווארן פון א ביטערע פרעסט פון וואס ארום 200 מיליאן אמעריקאנער וועלן ליידן אנגעהויבן פון זונטאג אווענט, וואס וועט פארזעצן אויך מאנטאג נאכט.

דער אומגעווענליכער וועטער נעמט זיך פון א "פּאלער ווארטעקס", וואס מיינט אז עס איז געשען אן אטמאספערישע ענדערונג פאריגע וואך העכער דעם ארקטיק פּאול (ביים צפון שפּיץ פון די וועלט), ווען צוויי קאלטע אטמאספערעס וואס שוועבן העכער דעם ארקטיק האט זיך צעשפּאלטן און דאס האט אראפּגעשטופט ביטער-שווערע קאלטע לופט פונעם ארקטיק אראפּ דורך קאנאדא ביז עס האט אריינגעדרינגען טיף אין אמעריקע, אנקומענדיג צו דעם מידוועסט ענדע וואך און א טאג שפּעטער, זונטאג, אויך צו די מזרח סטעיטס פון אמעריקע. צוליב דעם אומגעווענליכן קאלטן ווינט וואס דאס האט אריינגעשטופּט קיין אמעריקע, האט מען שוין פאריגע וואך געווארנט אז די טעמפּעראטור וועט פאלן ביז 25 גראד קאלטער פון נארמאל אין די צייט פון יאר. אין די שטאט ניו יארק וועט דאס זונטאג נאכט פאלן ביז 8 גראד, און ווען די ווינטן וועלן בושעווען, וועט זיך עס שפּירן ווי 20 גראד אונטער זערא!

ענליכע קעלט האט מען פאראויסגעזאגט אויך אויף אנדערע שטעט, וואס אזוי ווייט דרום ווי אין טשארלאט, נארט קאראליינע, וועט אויך די טעמפּעראטור פאלן ביז 20 גראד. דאקעגן אין סינסינעטי, וואס איז נאענטער צו קאנאדא, האט מען פאראויסגעזאגט 3 גראד אונטער זערא אויף זונטאג אווענט.

דאנערשטאג צופרי האט קאליפארניע געליטן פון א ווינטער שטורעם און עס איז געווען שווערע שנייען אין די סיערע נעוואדא בערג און אויך אין די בערג פון צפון קאליפארניע. עס איז אויך געווען שטארקע רעגנס.

עס איז געווען דראמאטישע בילדער ווי אזוי דער טראפיק איז פּאראליזירט געווארן אויף הייוועיס אין קאליפארניע שוין מיטוואך, פון דעם ערשטן שניי שטורעם, וואס אזוי ווי מען איז נישט צוגעוואוינט אין קאליפארניע צו שנייען, קען אפילו א קליינער שניי שטורעם אנמאכן אויסטערלישע שוועריגקייטן אויף די הייוועיס.

מיטוואך נאכט איז דער פארקער אויף "אינטערסטעיט 80" אין די מזרח ריכטונג אפּגעשטעלט געווארן אין קינגוועיל, קאליפארניע, ווען א טראקטער-טרעילער האט זיך איבערגעדרייט צוליב'ן שניי. ענליכע עקסידענטס האט געפּלאגט דעם הייוועי אויך אין די נאכפאלגנדע טעג. די שנייען אויף די בערג האט דערגרייכט צו העכער 40 אינטשעס!

הונדערטער עראפּלאן רייזעס זענען אפּגערופן געווארן צוליב די שניי שטורמעס. פרייטאג צופרי האט מען שוין געהאט א חשבון פון איבער 800 רייזעס וואס זענען אפּגערופן געווארן אין פארבערייטונג צו די שניי שטורעמס איבער'ן וויקענד, און מען איז באזארגט געווען איבער די ביטערע פרעסט וואס וועט נאכפאלגן אין די ערשטע טעג פון די וואך, ווען אלעס וועט פארפרוירן ווערן.

פרייטאג נאכמיטאג האט מען שוין געהאט א חשבון פון איבער 2,600 עראפּלאן רייזעס וואס זענען אפּגערופן געווארן, אדער געפלויגן מיט ערנסטע שפּעטיגונגען.

פרייטאג זענען איבער 100 מיליאן אמעריקאנער געווען אונטער א געוויסע שטורעם ווארענונג אין צענדליגער סטעיטס איבער'ן לאנד.

צו מזל איז געפאלן א קליינער שניי פונעם ערשטן שטורעם אין רוב גרויסע שטעט אין די מזרח סטעיטס, אבער מען איז געווען באזארגט אז דער צווייטער שטורעם וואס וועט דערגרייכן די מזרח סטעיטס ערשט שב"ק און וועט אנהאלטן ביז זונטאג וועט יא זיין אויף א שווערערן און גרעסערן פארנעם. אין די שטאט ניו יארק איז מען אבער צו מזל אפּגעקומען מיט שטארקע רעגנס, ווען די טעמפּעראטור איז נאך געווען צו ווארעם פאר שניי, אבער מען איז באזארגט געווען פון דעם אויסטערלישן קאלטן וועטער וואס האט געדארפט אנקומען זונטאג נאכט און אנהאלטן ביז דינסטאג צופרי.

זונטאג צופרי האט מען שוין געהאט א חשבון פון איבער 500,000 עראפּלאן רייזעס וואס זענען אפּגערופן געווארן צוליב די שנייען און אויך ווייל די גרויסע ווינטן האבן געשטערט א נארמאלן עראפּלאן פארקער ביים אפּפליען און לאנדן. מיט די ווינטן, האט זיך שוין געשפּירט די קעלט ווי 35 גראד אונטער זערא אין געוויסע פּלעצער.

מען האט געשאצט אז דער צווייטער שטורעם וועט דערגרייכן אין 15 סטעיטס, און פּרעזידענט טראמפּ האט נישט פארפּאסט די געלעגנהייט אפּצו'חוזק'ן פון גלאבאלע אנווארעמונג ווען ער האט געזאגט אז עס וואלט זייער גוט געווען איצט צו האבן עפּעס פון דעם גלאבאלן אנווארעמונג...

דער שטורעם הארפּער (מען גיט א נאמען פאר גרויסע שטורעמס) איז געקומען צוליב א צוזאמענשטויס פון ארקטיק לופט וואס איז געווען מיט א הויכן דרוק, מיט א נידריגערן דרוק לופט אין די אהייא געגענט. דאס האט באדעקט די צפון ניו ענגלאנד סטעיט מיט שניי וואס האט דערגרייכט ביז צוויי פיס, און נאך העכער ווען די ווינטן האבן דאס געבלאזן. מען קען זיך פארשטעלן די זארג ווען מען זעט ווי שווער עס איז אוועקצושארן אזויפיל שניי וויסנדיג אז באלד קומט א פרעסט און מען קען פארגעסן פון שארן שניי אדער אויפלאזן עס מיט זאלץ ווייל זאלץ ארבייט נישט ווען די טעמפּעראטור איז נידריגער ווי 15 גראד. מען האט געווארענט אז די ווינט-קעלט וועט זיך שפּירן ווי 35 גראד אונטער זערא אין טיילן פון ווערמאנט, מעין און ניו העמשיר.

אין אפּסטעיט ניו יארק איז מוצ"ש געפאלן ביז 11 אינטשעס שניי אין געוויסע פּלעצער.

די גרויסע פרעסט האט אויך אראפּגעקלאפּט די טעמפּעראטור אפילו אין פלארידא.

א סאוטוועסט עראפּלאן מיט 150 מענטשן האט זיך פרייטאג אראפּגעגליטשט פונעם ראנוועי אויף אן עירפּארט אין נעבראסקא ווען עס האט געכאפּט א גליטש אויף אייז וואס מען האט נישט פריער באמערקט אויפ'ן ראנוועי. קיינער אים צו מזל נישט געשעדיגט געווארן.

אין קאליפארניע, האט מען שוין פרייטאג געוואוסט פון ווייניגסטנס 5 מענטשן וואס זענען אומגעקומען צוליב די שניי שטורעמס.

אין קענסעס איז דער דרייווער פון א שניי שארער גע'הרג'עט געווארן ווען ער איז אראפּגעפארן אויף די זייט פון א שאסיי און די מאשין האט זיך איבערגעדרייט און ער איז צוקוועטשט געווארן אונטער די מאשין.

געזונטהייט באאמטע האבן געווארנט נישט ארויסצוגיין אויף די גאסן אין אזא ביטערע פרעסט סיידן מען מוז דאס טוען, און אויב יא זאל מען זיין זייער שטארק פארזיכטיג.

געזונטהייט ווארענונגען איבער פראסטיגן וועטער


 אזוי ווי מען האט ערווארט ביטערע פרעסט אויף זונטאג ביינאכט, ווען די טעמפּעראטור האט געזאלט פאלן צו אונטער צען גראד און מיט'ן ווינט האט זיך עס געקענט שפּירן ביז מיינוס 20 גראד (אונטער זערא), און אין צוגאב איז אויך געווען א שניי ווארענונג מוצ"ש וואס בחסדי ה' האט דער גרויסער שניי אויסגעקרויזט די שטאט, האט די שטאטישע העלט דעפּארטמענט פארעפנטליכט א גאנצע רייע ווארענונגען וואס מיר וועלן דא איבערגעבן, זאכן וואס זענען אקטועל איבער'ן גאנצן ווינטער, אויך ווען עס וועט זיין א פרעסט אין דער צוקונפט.

“קאוד בלו”


די שטאט דערקלערט א "קאוד בלו" וועטער עמוירדזשענסי ווען עס ווערט פאראויסגעזאגט אז די טעמפּעראטור וועט פאלן צו 32 גראד אדער נידריגער אין די שעה'ן צווישן 4:00 נאכמיטאג ביז 8:00 אויפצומארגנס אינדערפרי. (32 גראד איז דער פּונקט ביי וואס וואסער ווערט פארפרוירן.)

מען נעמט אויך אריין אין חשבון די קעלט אינאיינעם מיט די שטארקייט פון ווינט.

וואס מיינט אזא שטאטישע דערקלערונג? אז יעדער וואס איז היימלאז, ווער ס'האט נישט קיין דאך איבער'ן קאפּ, איז בארעכטיגט צו באקומען "שעלטער" אין די שטאט ניו יארק. די שטאט בעט אז אויב מען זעט עמיצן אויף די גאס וואס עס זעט אויס אז ער האט נישט קיין היים, זאל מען רופן 311 און די שטאט וועט באלד ארויסשיקן עטליכע מענטשן זיך אומצוקוקן אויף יענעם היימלאזן מענטש און צושטעלן הילף, אויב ער דארף דאס.

אין דעם בולעטין ווערט אויך אנגעמערקט אז א קאלטער וועטער קען פאראורזאכן אדער פארערגערן געזונטהייט פּראבלעמען. עס איז א גרעסערע ריזיקע געשעדיגט צו ווערן פאר היימלאזע מענטשן, מענטשן מיט דיסעביליטיס, מענטשן וואס ליידן פון שכרות אדער צופיל דראג באנוץ וואס זיי קענען פאלן באוואוסטלאז אויף די גאס און ממש פארפרוירן ווערן. דאס זעלבע קען אויך זיין א סכנה אויב מען וואוינט אין א הויז וואס האט נישט קיין הייצונג, און עס איז דא קינדער אין שטוב, מענטשן וואס זענען שוין העכער 65 יאר אלט, מענטשן וואס ליידן אויפ'ן הארץ אדער לונגען, הויכן בלוט דרוק, דייעביטיס, אדער האבן ערנסטע "מענטל העלט" פּראבלעמען, אדער געוויסע דיסעביליטיס.

אויב מען איז אויסגעשטעלט צו די קעלט א לענגערע צייט, קען דאס פירן צו "פראסטבייט",  Frosbite, וואס דאס קען פאראורזאכן א רויטע און ווייטאגליכע אדער בלאסע הויט, און עס קען אויך פירן צו א מער געפערליכן צושטאנד וואס רופט זיך הייפּאטערמיא  Hypothermia . צווישן די סימפּטאמען פון הייפּאטערמיא זענען:
  • מען ציטערט שטארק.
  • מען ווערט דיזי (עס שווינדלט).
  • מען האט שוועריגקייטן ביים רעדן.
  • די קאארדינאציע פון קערפּער "גייט נישט".
  • מען איז אומנארמאל לאנגזאם אדער שלעפעריג.
  • צומישעניש.
  • קורצער אטעם.

אויב מען זעט סימפּטאמען וואס קען זיין הייפּאטערמיא אדער פראסטבייט, זאל מען זאפארט רופן "הצלה" אדער 911 (אין פּלעצער וואו עס איז נישטא הצלה) און אויספאלגן די אנווייזונגען, אדער זאפארט צופארן צו א שפיטאל עמוירדזשענסי רום.

זיכערהייט באווארענונגען


אין א פראסטיגן וועטער איז ראטזאם נישט צופיל צו זיין אויף די גאס און פארמיידן אומנויטיגע רייזעס. אויב מען מוז יא פארן, איז ראטזאם צו נוצן מאסן טראנזיט ווען נאר מעגליך. (די סברא אונטער דעם איז, ווייל א קאר קען בלייבן שטעקן אדער כאפּן א גליטש צו פאראורזאכן אן עקסידענט, דאקעגן די גרויסע באסעס און סאבוועי באנען זענען מער פארזיכערט און אויך באקוועם ווארעם אפילו אין די קאלטסטע וועטערס.)

  • אפילו גאנץ קליינע אנגעזאמלטע אייז קען זיין זייער געפערליך פאר דרייווערס און פיסגייער. בריקן און "אווערפּעסעס" (א גאס אדער שאסיי וואס פארט העכער אן אנדערע גאס אדער הייוועי) זענען נאכמער געפארפול, ווייל זיי ווערן שנעלער געפרוירן ווי אנדערע גאסן און הייוועיס.
  • אויב מען מוז דרייוון, זאל מען זיין נאכמער פארזיכטיג. עס דויערט לענגער אפּצושטעלן א קאר אויף אייז אדער שניי ווי אויף א טריקענע גאס.
  • א "פאר-וויל דרייוו", וואס מיינט אז אלע רעדער באזונדער האבן א קראפט ביים דרייוון, קען לייכטער מאכן צו דרייוון אויף גאסן וואס זענען באדעקט מיט שניי, אבער עס דויערט לענגער פאר אזא קאר זיך אפּצושטעלן ווי פאר געווענליכע קארס.
  • אויב מעגליך, זאלט איר נוצן די הויפּט גאסן אדער הייוועיס.
  • באקענט אייך מיט דעם ברעיק סיסטעם פון אייער קאר. די וואס האבן "ענטיי-לאק" ברעיקס, דארפן האבן אן אנדערן טעכניק ביים ברעיקן אין שניי אומשטענדן ווי קארס וואס האבן געווענליכע ברעיקס.
  • אויב מען הויבט אן צו גליטשן, נעמט אראפּ דעם פיס פונעם געז און דרייט דאס רעדל אין די ריכטונג וואו איר ווילט אז די פאדערשטע העלפט פון די קאר זאל גיין. ווען איר שפּירט אז די קאר איז צוריק אונטער קאנטראל, עס דרייט זיך אין די ריכטונג וואו איר ווילט, קענט איר שוין פארזיכטיג אויסגראדן דאס רעדל. ביי געווענליכע ברעיקס הייסט מען "פּאמפּן" די ברעיק ביז די קאר וועט זיך אפּשטעלן, אבער ביי "ענטיי-לאק" ברעיקס דארף מען האלטן אן אומגעענדערטן דרוק אויפ'ן ברעיק פּעדל עווענטועל אפּצושטעלן די קאר.
  • פּרובירט אויב מעגליך אז דער גאזאלין טאנק זאל שטענדיג זיין פול.
  • פיסגייער דארפן זייער אויפפּאסן ווייל עס קען זיין אייז וואס זעט זיך נישט אן. מען דארף גיין מיט גוטע שטיוול וואס רעדוצירט דעם געפאר פון כאפּן א גליטש. ווען מען גייט אויף שטיגן, זאל מען זיך אנכאפּן.
  • עלטערע מענטשן דארפן איבערהויפּט אויפפּאסן ווען זיי גייען אינדרויסן נישט צו כאפּן א גליטש און פאלן, ווייל עלטערע ביינער צוברעכן זיך שנעלער און פארהיילן זיך שווערער. אפילו אויב מען שפּירט זיך יונג, פריש און געזונט, זאל מען געדענקן אז דער מח קען טאקע פונקציאנירן ווי ביי א יונגען מענטש, אבער די ביינער ווערן נישט יונגער...
  • פּאסט נאכמער אויף צי עס קומען קארס, איבערהויפּט ווען איר ווילט אריבערגיין די גאס ביי א "קארנער". איר זאלט קוקן פון אלע ריכטונגען, און געדענקן אז אמאל קען זיך א קאר נישט אפּשטעלן ווען דער דרייווער דרוקט די ברעיק.
  • זייט פארזיכטיג ביים אוועקשארן שניי. אויב איר האט א הויכן בלוט דרוק אדער ליידט אויפ'ן הארץ, פרעגט דעם דאקטאר צי איר מעגט בכלל שארן שניי. געדענקט, א קאלטער וועטער לייגט מער אנשטרענגונג אויפ'ן הארץ. אפילו אויב איר שפּירט אייך געזונט און שטארק, זאלט איר נישט שארן דעם שניי, אזוי לאנג ביז איר הויבט אן שפּירן א שוואכקייט, באשטימט פאר אייך א קורצע צייט צו שארן די שניי, און דערנאך, גייט אריין אין שטוב, רוהט אייך אפּ. אויב איר זעט נאך אביסל צייט אז איר שפּירט אייך זייער גוט און ווילט "מאכן נאך עקסערסייז", גייט ארויס און שארט נאך אביסל שניי.
  • ווען מען גייט ארויס זאל מען אנטאן טריקענע ווארימע קליידונג און פארדעקן די הויט. עס איז וויכטיג צו פארדעקן די שפּיצן פון די פינגער, די אויערן און אויך די נאז. גייט מיט א היט, "הוד", שאל און הענטשיך.
  • אויב מען הויבט אן ציטערן, זאל מען געדענקן אז דאס איז א וויכטיגער ערשטער שריט וואס ווייזט אז דער קערפּער פארלירט היץ. דאס איז א ווארענונג סיגנאל אז מען דארף שוין אריינגיין!
  • איר זאלט אויך אויפפּאסן ביי דער ארבייט. ארבייטער וואס דארפן פארברענגען א סאך צייט אינדרויסן, זענען אונטער א ריזיקע פאר געזונטהייט פּראבלעמען וואס קומט פון קעלט. אויב זענט איר אן ארבייטסגעבער זאלט איר איינשטעלן פארזיכערטע ארבייט אומשטענדן. איר זאלט צושטעלן פּאסנדע באשיצונג געצייגן און לערנען די ארבייטער ווי אזוי צו האלטן זיך פארזיכערט ביי א קאלטן ווינטער וועטער.
  • אלקאהאלישע משקאות איז שעדליך. אויב מען טרינקט צופיל אלקאהאלישע משקאות קען זיך דער מענטש שפּירן ווארימער אבער עס פאראורזאכט דעם קערפּער שנעלער צו פארלירן די היץ. אויך וועט אלקאהאל שטערן אייער שיקול הדעת, דער מח וועט נישט ארבייטן מיט אזא וואכזאמקייט ווי נויטיג, איר וועט נישט צייטליך באקומען דעם סיגנאל, די ווארענונג צו נעמען פּאסנדע פארזיכערונגען אדער אוועקגיין צייטליך פון א געפארפולן קאלטן צושטאנד צו ראטעווען זיך פון געשעדיגט ווערן. מען רעדט זיך איין אז א גלעזל בראנפן איז גוט קעגן די קעלט, פאקטיש, אויב איר וועט דערנאך בלייבן אינדרויסן, וועט עס גאר פארגרעסערן די אויסזיכטן פון פראסטבייט און הייפּאטערמיא.

פארלירן עלעקטרישע קראפט


ווען עס קומט א שווערער וועטער, זאל מען זיך צוגרייטן פאר א מעגליכן איבעררייס פון די עלעקטריציטעט איבערהויפּט אויב מען וואוינט אויסער די שטאט וואו די עלעקטרישע דראטן לויפן נישט אונטערערדיש. מען זאל "טשארדזשן" די סעלפאונס, צונויפזאמלען זאכן וואס מען דארף האבן אויף א פּאר טעג, ארויפדרייען דעם פרידזשידער און פריזער אז עס זאל זיין קאלטער, ווייל אויב מען פארלירט די עלעקטריציטעט וועלן די פּראדוקטן וואס ליגן אין פרידזשידער און פריזער קענען בלייבן קאלט א לענגערע צייט.

אויב מען פארלירט די עלעקטרישע קראפט זאל מען אויסלעשן אדער אויסשאלטן די אלע מאשינען און געצייגן וואס וועלן זיך אויטאמאטיש אנצינדן ווען די עלעקטריציטעט קומט צוריק. אויב עטליכע מאשינען הויבן זיך אן אין די זעלבע צייט, קען דאס פאראורזאכן א קורצשלוס אין הויז.

פארזיכערט אז אייערע פלעשלייטס ארבייטן, און אז איר האט גענוג רעזערוו באטעריעס פאר פלעשלייטס און אנדערע נויטיגע מאשינען.

אויב מען האט א דיסעביליטי און מען דארף הילף, איבערהויפּט פאר די וואס זענען אנגעוויזן אויף מאשינען, זאל מען רופן 911.

נוצט נישט קיין דזשענערעיטער אינעווייניג אין הויז.

אויב א סאך אייז ווערט אנגעזאמעלט, קען דאס צוברעכן ביימער אדער די שטאנגען אויף וואס די עלעקטרישע דראטן לויפן. אייז קען שטערן קאמוניקאציע און עלעקטרישע קראפט.

פארפלייצונגען


ביי פארפלייצונגען, זאל מען אויסקרויזן א פארפלייצטע גאס. מען זאל נישט דרייוון אין פארפלייצטע פּלעצער. בלויז 6 אינטשעס וואסער וואס "פארט" קען אראפּווארפן א מענטש. 6 אינטשעס וואסער וועט אנקומען צו די אונטערשטע טייל פון רוב פּאסאזשיר קארס, וואס וועט פאראורזאכן אז דער דרייווער זאל פארלירן קאנטראל, און די קאר זאל זיך מעגליך אפּשטעלן, מען וועט נישט קענען ווייטער פארן. ווען וואסער דערגרייכט איינס אדער צוויי פיס, קען עס אפילו פארשוועמען, אוועקפירן א קאר מיט אלע פּאסאזשירן!

 אויב מען זעט עלעקטרישע דראטן וואס זענען אראפּגעפאלן, זאל מען נישט צוגיין נאענט צו דעם. אוודאי זאל מען קיינמאל נישט פּרובירן אוועקשטופּן אדער אנרירן אזעלכע דראטן אפילו מיט א "שטעקן". ווען מען גייט פארביי איינגעפאלענע ביימער אדער צווייגן צי אנגעלייגטע בלעטער וואס דער ווינט האט געבלאזן, ווי אויך וואסער וואס פארדעקט א פּלאץ, זאל מען געדענקן אז דאס קען באהאלטן "לעבעדיגע" עלעקטרישע דראטן.

ווען מען זעט אזעלכע דראטן וואס זענען אראפּגעריסן געווארן, זאל מען דאס זאפארט איינמעלדן פאר 911. אויב אן עלעקטרישער דראט פאלט אויף אייער קאר ווען איר זענט אין די קאר, בלייבט אין די קאר און איר זאלט ווארטן ביז די עמוירדזשענסי רעטונג ארבייטער קומען. זיצנדיג אין די קאר וועט אייך אי"ה גארנישט געשען, אויב מען טרעט ארויס און די פיס רירט אן די ערד, קען ח"ו געשען דאס ערגסטע!

געדענקט, מיט אביסל פארזיכטיגקייט, קען מען בעזרת ה' איבערלעבן די שווערע וועטער אומשטענדן צו וואס מען ווערט אויסגעשטעלט, איבערהויפּט אין די ווינטער מאנאטן.


פון די נייעס באריכט

1 תגובות

  1. איז דאס טאקע געווען דער קעלט גופא אין די צייטונג נייעס באריכט? אדער נאר דארטן געווען באשריבן דער ארטיקל אבער דער עצם פראסט קומט פאר לויט ווי איר שרייבט איבער אויס אמעריקע?

    השבמחק

הוסף רשומת תגובה

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל