וואס איז א פּאָלער וואָרטעקס?

א פּאָלער וואָרטעקס איז אַ הויכע שטאַפל, נידעריגע-דרוק געגנט ליגענדיג נעבן די פּאָלוס פון די כדור הארץ. עס זענען פאַרהאַן צוויי פּאָלער וואָרטעקסעס אין דער וועלט'ס אַטמאָספער, ליגעדיג איבער די צפון און דרום פּאָלוס. יעדע פּאָלער וואָרטעקס איז אַ אנגייענדע, ריזיגע, נידעריגע-דרוק זאָנע וואָס דרייעט זיך פון רעכטס צו לינקס (פאַרקערט פון אַ זייגער) ביי די צפון פּאָלוס, און לינקס צו רעכטס (ווי אַ זייגער) אין די דרום פּאָלוס, ד.ה. ביידע פּאָלער וואָרטעקסעס דרייען זיך פון מערב צו מזרח אַרום די פּאָלוס. די גרונטן פון די צוויי פּאָלער וואָרטעקסעס זענען באַזירט אין די מיטן און אויבערשטע טראָפּאָספערע (די אונטערשטע שטאַפּל פון די אַטמאָספער), און ציעט זיך אַריין אין די סטראַטאָספער (די צווייטע שטאַפּל; איין שטאַפּל ארויף פון די טראָפּאָספערע). אונטער דעם ליגט אַ ריזיגע מאַסע פון קאַלטע, געדיכטע אַרקטישע לופט.

דער פאַרבינדונג צווישן די קאַלטע טרוקענע לופט מאַסע פון די פּאָלוס און די וואַרעמע פייכטע לופט מאַסע ווייטער צו דרום, שטעלט אַוועק די אָרט פון די פּאָלער פראָנט. אַ פּאָלער וואָרטעקס פאַרשטערקערט זיך אין די ווינטער און ווערט אָפּגעשוואַכט אין די זומער צוליב איר אָפּהענגיקייט אויף די טעמפּעראַטור צווישנשייד צווישן די עקוואַטאָר (קו המשווה) און די פּאָלוס.

די וואָרטעקסעס ווערן שוואַכער און שטאַרקער פון יאָר צו יאָר. ווען דער וואָרטעקס פון דער אַרקטיק איז שטאַרק, איז עס מער פּונקטליך, עס איז אַ איינציגע וואָרטעקס, און די אַרקטישע לופט איז גוט צונויפגעהאַלטן; ווען זי איז שוואַכער, ווי געווענליך, וועט זי זיך צוברעכן צו צוויי אָדער מער וואָרטעקסעס; ווען זייער שוואַך, וועט די אַרקטישע לופט לויפן מער אומאָרגאַניזירט און מאַסע פון ​​קאַלטע אַרקטישע לופט קענען געשטופּט ווערן צו די דירעקציע פןן די עקוואַטאָר, ברענגענדיג מיט זיך אַ שנעלע און שאַרפע טראַסק אין די טעמפּעראַטור. ווען די פּאָלער וואָרטעקס איז שטאַרק, פאָרמירט זיך אַ איינציגע וואָרטעקס מיט אַ מסודר'דיגע "דזשעט סטריעם" (שמאלע, שנעל-לויפענדע לופט פלוס) נעבן די פּאָלער פראָנט. ווען די צפון'דיגע וואָרטעקס שוואכט אפ, צוברעכט זי זיך אין צוויי אָדער מער וואָרטעקסעס, די שטערקסטע פון זיי ווען שוועבן נאָענט צו די באַפין איילענד אין קאַנאַדע און די אנדערע איבער צפון-מזרח סיביר.

איז א פּאָלער וואָרטעקס א סכנה?

כאָטש וואָס איר נאָמען הערט זיך שרעקענדיג, איז די גרעסטע פּראָבלעם וואָס זי ברענגט נאָר אַ טראסק אין טעמפּעראַטור ווען זיי ברייטערט זיך אויס - ספּעציעל אין פלעצער וואָס האָט געווענליך נישט קיין דראַסטישע קאַלטע וועטער.

איז פּאָלער וואָרטעקס א נייע ערשיינונג?

בכלל נישט. פּאָלער וואָרטעקסעס פּאַסירן שוין א לענגערע צייט, דער טערמין איז נאָר לעצטנס באַקאַנט געוואָרן.

פּאָלער וואָרטעקס

באַשריבן דורך ישי שאלאמאן צו אידישע ענציקלאָפּידיע (וועב | טעלעגראם | אינסטעגראם)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל