יאַפּאַן'ס רעגירונג האָט דינסטאָג באַשטעטיגט איר ערשטער עירקרעפט קעריער שיף און פאַרשידענע העכערונגען אין איר מיליטערישע פאַרטיידיגונג מעגליכקייטן, צוליב דרוק פון די טראָמפּ אַדמיניסטראַציע צו שפּענדן "מאַסיווע סומעס" געלד אויף אַמעריקאַנער מיליטערישע דיפענס פּראָדוקטן, צו נידערן איר האַנדלס דעפיציט מיט אַמעריקע.

יאַפּאַן וועט שפּענדן מער ווי 100 ביליאָן דאָלער אויף 147 עף-35 איבער די קומענדיגע יאָרצענדלינג און פאַררעכטן אַ עקזיסטירנדע העליקאַפּטער טראַנספּאָרט שיף צו אַזאַ וואָס זאָל קענען פירן 42 אַמעריקאַנער-געמאַכטע עף-35-בי סטעלט קאַמפּס פליגערס וואָס קענען זיך הייבן פון אַ קורצע ראָנוועי און מאַכן שטייעדיגע לאַנדונגען.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל