א פעדעראלער ריכטערין האט דערלאנגט א נידערלאגע צום טראמפ'ס יוסטיץ דעפארטמענט, ווען ער האט געאורטיילט אז עס איז אומגעזעצליך צו פרעגן אמעריקאנער איבער זייער לעגאלע אימיגראציע סטאטוס אין לויף פונעם קומענדיגן צענזוס וועלכע קומט פאר אין 2020. 

די טראמפ אדמיניסטראציע האט געזוכט צו אריינלייגן א טויש אין די פראגעס וואס מען פרעגט אויס ביים צענזוס, איבערציילונג צו קענען באקומען מער אקוראטע אינפארמאציע איבער אומלעגאלע אימיגראציע. אבער ריכטער דזשעס פורמאן פון ניו יארק האט אין זיין 277-זייטיגע אורטייל געזאגט אז אונטער דעם געזעץ דארף די יוסטיץ דעפארטמענט באריכטן צו קאנגרעס כאטש צוויי יאר פון פאראויס איבער סיי וועלכע טויש צום צענזוס איבערציילונג, און דער יוסטיץ דעפארטמענט האט נישט די לעגאלע אויטאריטעט - אונטער די קאנסטיטוציע - צו טוישן סיי וועלכע פראטאקאלן פונעם צענזוס.

ער שרייבט אויך אז דאס וועט שעדיגן די ציל פונעם צענזוס, וויבאלד פילע וועלן זיך צוריקהאלטן פון געבן אקוראטע ענטפערס. און מען וועט נישט קענען באקומען א ריכטיגע בילד איבער די צאל איינוואוינער אין אמעריקע.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל