דער איראנער רעגירונג זאגט אז אן איראנער דזשורנאליסט איז ארעסטירט געווארן און ווערט געהאלטן אונטער אומהומאנישע אומשטענדן. די זשורנאליסטקע מאַרזיאַ חאַשעמי איז אן אמעריקאנע געבוירענע איראנער בירגער וואס באריכט אויף די איראנער רעגירונג'ס "פּרעס טי.ווי., און לויט ווי דער איראנער אויסערן מיניסטעריום זאגט, איז זי ארעסטירט געווארן אין לופטפעלד באלד נאכ׳ן לאנדען פון איראן. זיי שרייבן אז זי געפונט זיך אין א טורמע אין וואשינגטאן די.סי., און ווערט געהאלטן אין "אונטערמענטשליכע אומשטענדן", און אז די אויטאריטעטן אנטזאגן איר צו געבן חלאל עסן און אקאמאדירן אירע רעליגיעזע געברויכן.

די עף-בי-איי און אמעריקאנער יוסטיץ דעפארטמענט האבן נישט רעאגירט אויף די באריכטן, און עס איז מעגליך אז זי ווערט באשולדיגט אין שפיאנאזש. דאס קומט א וואך נאכדעם וואס איראן האט געמאלדן די ארעסט פון אן אמעריקאנער בירגער איבער שפיאנאזש קלאגעס.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל