אין די טעג ווערט אפגעהאלטן אין ברוקלין דער פראצעס פאר׳ן ארכי מערדער און פארברעכער אל-טשאפא גוזמאן, פון די גרעסטע דראג באנדע פירער אין מעקסיקא. אין לויף פונעם פראצעס האבן די פראקורארן ארויפגעברענגט אלעקס סיפוענטעס, א געוועזענער קאלעגע פון אל-טשאפאו וועלכער קאאפערירט מיט די אויספארשער, און ער האט אויפגעדעקט אז דער מעקסיקאנער פרעזידענט הענריקע פענע ניעטע - וואס האט נארוואס פארלאזט זיין אמט - האט באקומען ריזיגע געלטער אין שוחד פון די דראג באנדע אויף צו מיטארבעטען מיט זיי. ער האט פארציילט אז דער פרעזידענט האט פארלאנגט 250 מיליאן דאלער, אבער האט צום סוף באקומען 100 מיליאן דאלער אין טאש אריין.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה