פיר אַמעריקאַנער זעלנער זענען געווען צווישן 16 מענטשן וואס זענען גע'הרג'עט געווארן ווען אַ זעלבסטמאָרד טעראָריסט האָט באַפאַלן אַמעריקאַנער-געפירט קאָאַליציע קרעפטן אין די צפון סירישע שטאָט מאַנבי היינט מיטוואָך, לויט אַ אַמעריקאַנער באַאַמטער.

די אייסיס וועבסייט "אַמאַק" האָט געזאָגט אַז אַ זעלבסטמאָרד אַטאַקע איז אויסגעפירט געוואָרן מיט אַ אויפרייס וועסטל ציהלענדיג אַ אויסלענדישע מיליטערישע פּאַטראָל אַפּאַראַט.

די סירישע אָבסערוואַטאָרי פאַר מענטשן רעכט און אַ מיליציע קוואַל האָט געזאָגט אַז אַמעריקאַנער טרופּן זענען געווען צווישן די טויטע, לויט רויטערס, וואָס האָט געמאָלדן אַז פיר זענען טויט.

ווייסע הויז וואָרטזאָגער סעראַ האָקעבי סאַנדערס האָט געזאָגט אין אַ סטעיטמענט: "דער פּרעזידענט איז געוואָרן געהעריג אינפאָרמירט, און מיר וועלן פאָרזעצן צו באַאָבאַכטן די אָנגייענדע סיטואַציע אין סיריע. פאַר ספּעציפישע פראַגעס, ביטע פאַרבינדט זיך מיט די פאַרטיידיגונג דעפּאַרטמענט."


אומבאַשטעטיגטע ווידיאָ די סעקונדע וואָס דער טעראָריסט האָט זיך אויפגעריסן


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל