מיט טרויער איז אויפגענומען געווארן די נייעס אז אין לויף פון דעם בלוטיגן טעראר אטאקע וואס איז נעכטן פארגעקומען אין קעניע, איז צווישן די אנדערע 14 קרבנות אומגעקומען א אידישער ביזנעסמאן. דער אמעריקאנער ביזנעסמאן דשעיסאן שפינדלער, א 42 יעריגער איד וועלכע האט זיך געפונען אין קעניע אלס טייל פון זיין מיסיע וואס ער האט גענומען אויף זיך אין די לעצטע יארן צו זיין פארמישט אין גלאבאלע איניציאטיוון צו העלפן איינוואוינער אין דריטע וועלט לענדער מיט הומאניטארישע הילף. מערקווירדיג אז ער איז וואונדערליך געראטעווען געווארן פון די סעפטעמבער 11 אטאקעס, ווען ער האט באוויזן צו פארלאזן די צווילינג טורמעס פאר עס איז צוזאמגעפאלן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל