די נאבעלע ארגאניזאציע "משביע" - אנגעפירט דורך הרב ר׳ סענדר ראפאפארט - וועלכע פארמאגט קיכן אין עטליכע לאקאלן און פארטיילט לעבנסמיטלן פאר נויט-באדערפיגע פאמיליעס, האט געשאפן א שטארקע קידוש השם ווען אירע וואלונטירן זענען ארומגעגאנגען אין ניו יארקער לופטפעלדער און אין אנדערע פעדעראלע געביידעס און פערזענליך אויסגעטיילט מעלדונגען פאר די פעדעראלע ארבייטער אז זיי קענען אריינקומען צו איינע פון די ״משביע״ לאקאלן צו באקומען מאלצייטן פאר זיך און פאר זייערע פאמיליעס פריי פון אפצאל, און אזוי אויך גראסערי פראדוקטן. די פעדעראלע ארבייטער באקומען נישט באצאלט אצינד צוליב דעם שאטדאון און די ״משביע״ וואלונטירן האבן דערמיט מקיים געווען ״הוי דורש בשלומה של מלכות״, און ווי די הלכה פסקנ׳ט אז מען דארף אויך שפייזן הונגעריגע נישט-אידן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל