קאליפארניע - די הויכע דראג פרייזן אין אמעריקע איז איינס פון די גרעסטע פראבלעמען וועלכע פלאגן דעם העלט קעיר אינדוסטרי, גאר אסאך לעבנס וויכטיגע דראגס זענען גאר טייער און האלטן אין איין שטייגן, לויט געוויסע שאצונגען זענען די אלגעמיינע דראג פרייזן אין אמעריקע געשטיגן אין די לעצטע צען יאר איבער דרייפאכיג.

שטודיעס צייגן אז אין דורכשניט קומען אויס די פרייזן וועלכער אמעריקאנער צאלן פון טאש ארויס צו ארום 11 הונדערט דאלער פאר יעדן אמעריקאנער בירגער, וואס מיינט אז די פרייזן אין אמעריקע זענען העכער ווי סיי וועלכע אנטוויקלטע לאנד אין די וועלט.

דער הויפט פראבלעם איז מיט אזעלכע דראגס וועלכע האבן נישט קיין גענערישע אלטערנאטיוון, און בלויז דער "ברענד נעים" פירמע האט די רעכט דאס צו פארקויפן, און זיי ערלויבן זיך טיילמאל צו העכערן די פרייזן מיט הונדערטער פערצענטן אויפ'ן חשבון פון פאציענטן וועלכע דארפן דאס האבן אויף צום לעבן.

אין די לעצטע פאר יאר איז דער פראבלעם געקומען צום אויבערפלאך און אונטער דרוק פון די וויילער האבן געזעצגעבער פארשפראכן צו ארבייטן אויף צו נידערן די דראג פרייזן, א זאך וואס האט געלייגט דרוק אויף די גרויסע דראג פירמעס צו פארשפרעכן א צייטווייליגע איינפרירונג אויף דראג פרייזן.

דעריבער טאקע האבן דראג פירמעס - אין דעם פארלאפענעם יאר 2018 למספרם – געהאלטן די דראג פרייזן רעלאטיוו נידריג נאך לאנגע יארן פון נאכאנאנדע העכערונגען, און איבער'ן יאר זענען די דראג פרייזן געשטיגן מיט בלויז ארום האלב פון א יאר פריער. אבער ווי עס שיינט האלט זיך עס יעצט ביים טוישן.

לעגאלע דאקומענטן וועלכע די ריזיגע פירמעס – באקאנט אלס "ביג פארמא" - האבן אריינגעגעבן צו די סטעיט אויטאריטעטן אין קאליפארניע זענען ארויסגערינען, און עס צייגט אז אין די קומענדיגע חדשים גרייטן זיי זיך אויף א מאסיווע פרייז העכערונג פון ארום 5 ביז 9 פראצענט אויף הונדערטער מעדיצינען.

די פירמעס רעכענען אריין די ריזיגע פירמעס א שטייגער ווי פייזער, נאווארטיס, אלערגאן, בעיאר, און נאך. וועלכע אינאיינעם פארפיגן זיי אויף אן איבערוויגנדע מערהייט פון אלע מעדיצינען וועלכע ווערן פארקויפט אין די פאראייניגטע שטאטן.


גענומען פון המספיק גאזעט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל