רעגן אין שטאט, און א געמיש אדער שניי אפסטעיט, וועט זיך ענדיגן ווי שניי איבעראל איבערנאכט. עס קען פאלן ביז איין אינטש אין שטאט, 2-3 אין מאנסי און 4-6 אין קרית יואל. די פראבלעם איז אז די קאלטע לופט קומט שנעל אריין, און אפילו אין פלעצער ווי עס רעגנט יעצט קען עס לאזן א שיכט פון אייז אונטער די שניי און גליטשיג ראודס מארגן צופרי.

מארגן הייבט זיך אן קאלט אבער טייל זוניג, אבער א שטארקע ארטיק קאלטע פראנט קומט אן נאכמיטאג, מיט מעגליכע שניי שויערס - טייל פון זיי סקוואלס - מיט שווערע שניי און הויכע ווינטן. דאס קען אראפלייגן א פרישע שיכט פון שניי. דערנאך קראכען די טעמפּעראַטורן, און מיטוואך נאכט וועט זיין נאנט צו 5 אין שטאט און אונטער זערא אפסטעיט. די ווינט וועט בוזשעווען און עס וועט זיך שפּירן נאך קעלטער.

די גוטע נייעס איז אבער, אז די שארפע קעלט וועט נישט דויערן זייער לאנג, און ביי פרייטאג וועט אנהויבן צו ווערן בעסער. עס קומט א זוניגע און קאלטע שבת, מיט מילדערע וועטער פאר זונטאג, און רעגנדיגע און נאך מער מילדע וועטערן מאנטאג און דינסטאג.


ניו יארק סיטי
היינט נאכט-☔️◀️❄️22
מיטוואך-🌨?💨27🥶0
נאכט-🌛💨4🥶20-
דאנערשטאג-🌤15🥶5-
פרייטאג-🌤23🥶5
שבת-🌤32
זונטאג -🌤42
מאנטאג-☔️?42
דינסטאג-☔️?50

לעיקוואוד
היינט נאכט-☔️◀️❄️22
מיטוואך-🌨?💨29🥶0
נאכט-🌛💨5🥶12-
דאנערשטאג-🌤18🥶5-
פרייטאג-🌤25🥶5
שבת-🌤34
זונטאג -🌤45
מאנטאג-☔️?48
דינסטאג-☔️?52

מאנסי און קרית יואל
היינט נאכט-❄️18
מיטוואך-🌨?💨22🥶5-
נאכט-🌛💨2-🥶25-
דאנערשטאג-🌤10🥶15-
פרייטאג-🌤20🥶0
שבת-🌤28
זונטאג -🌤40
מאנטאג-☔️?40
דינסטאג-☔️?45




א ? מיינט אז עס איז ווייניגער ווי 50% מעגליך.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל