דער נאציאנאלער שפיאנאזש הויפט דען קאָוטס האט עפנטליך אפגעווארפן די שטעלונגען פון די טראמפ אדמיניסטראציע איבער צפון קארעא און סיריע ביי א פארהערט אינעם סענאט אויסערן אנלעגנהייטן קאמיטע. ער האט געזאגט אז ער גלייבט נישט אז די פארהאנדלונגען צווישן טראמפ און קים יאנג-אָן וועלן פירן צו דע-נולקעאריזאציע פון צפון קארעא, און אזוי אויך אפגעווארפן די באהויפטונג פון פרעזידענט טראמפ אז אייסיס איז באזיגט געווארן אין סיריע און די מיסיע פון אמעריקע איז פארענדיגט. ״דער שטעלונג פון די שפיאנאזש אגענטורן איז, אז צפון קארעא וועט נישט אויפגעבן זייערע נוקלעארע מעגליכקייט מיט דיפלאמאטישע פארזוכן״, האט ער געזאגט, און איבער סיריע האט ער געזאגט אז ״אייסיס האלט ווייטער אן א שטארקע אנוועזנהייט אין סיריע און זי האט נאך שטארקע טעראר מעגליכקייטן״.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה