הונדערטער טויזנטער גריכן האבן זיך געלאזט איבער די גאסן פונעם הויפשטאט אטענס צו פראטעסטירן א פארשטענדעניש וואס איז געגרייכט געווארן צווישן די גריכישע רעגירונג און די דערנעבנדיגע לאנד מאקענדאניע. שוין לאנגע יארן וואס גריכנלאנד אנערקענט נישט דעם נאמען מאקעדאניע, וויבאלד דאס איז די היסטארישע נאמען פון א ראיאן אין גריכנלאנד (די פלאץ פון די קעניגרייך פון אלכסנדר מוקדון), אבער אונטער א לעצטע אפמאך האבן די צוויי זייטן אויסגעהאמערט אז מאקעדאניע וועט זיך טוישן איר נאמען צו ״רעפובליק אוו צפון מאקעדאניע״ אנשטאט מאקעדאניע. דאס האט אבער ארויסגערופן צארן ביי גריכישע נאציאנאליסטן, וועלכע זאגן אז דאס טוט אנדייטן אז זיי האבן א רעכט איבער דעם מאקדאנישע טעראטאריע. הונדערטער זענען ארעסטירט געווארן ווען די פראטעסטן זענען ארויס פון קאנטראל און געברענגט צו צוזאמענשטויסן מיט די פאליציי.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה