אין די ניינציגער יארן ביז 1998 זענען איבער דריי טויזנטער אומגעקומען פון א טעראר כוואליע אין איירלאנד דורך איירישע נאציאנאליסטן באקאנט אלס די איי-אר-עי, די איירישע רעפובליקען ארמיי. זינט 1998 האבן זיי אראפגעלייגט די וואפן אלס טייל פון א שלום אפמאך מיט בריטאניע, אבער לעצטנס - אין ליכט פון ברעקזיט אנטוויקלונגען - האט זיך פארמירט א ראדיקאלע שפלינטער גרופע פון די איי-אר-עי וועלכע האבן באנייט די טעראר אקטיוויטעטן.
נעכטן איז פארגעקומען א ערנסטע טעראר פארזוך וועלכע האט זיך מיט מזל געענדיגט אהן קיין טויטע. א באמבע וועלכע איז איינגעפלאנצט געווארן אין א קאר, האט אויפגעריסן פארנט פונעם געריכטהויז אינעם איירישן שטאט לאנדאנבערי. פאליציי האט ארעסטירט צוויי יוגנטליכע, וועלכע זענען פארדעכטיגט אין זיין פארבינדן צו די אטאקע.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
Post a Comment