באאמטע אינעם ווייסן הויז האבן באשטעטיגט אז עס וועט פארקומען נאך א סאמיט צווישן פרעזידענט טראמפ און דער דעספאט פון צפון קארעא קים יאנג-אן. דאס קומט נאך א לענגערע זיצונג אין ווייסן הויז צווישן פרעזידענט טראמפ און דער צפון קארעא הויפט דיפלאמאט קים יאנג-טשאל אינאיינעם מיט סעקערטער אוו סטעיט פאמפעיא. דער סאמיט וועט פארקומען אין ענדע פעברואר.

דער צווייטער סאמיט קומט נאכדעם וואס סאטעליט בילדער צייגן אינטענסיווע אקטיוויטעטן אין די נוקלעארער איינריכטונגען אין צפון קארעא, טראץ וואס פרעזידענט טראמפ האט ענטוזיאסטיש דערקלערט פאריגע יאר נאכ׳ן ערשטן סאמיט אז ״דער פראבלעם פון צפון קארעא איז געלייזט, זיי שטעלן מער נישט קיין געפאר״. פרעזידענט טראמפ זעלבסט האט דעם שבת געשריבן אויף טוויטער אז עס קומט פאר שטארקע פראגרעס אונטער די קוליסן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל