דעמאקראטן האבן קאטעגאריש אפגעווארפן אן עפנטליכער אנבאט וואס פרעזידענט טראמפ האט געמאכט דעם שבת צו ענדיגן דעם שאטדאון. ער האט פארגעשלאגן צו פארלענגערן מיט דריי יאר דעם "דריעמערס" פראגראם וואס ערלויבט פאר ארום 800 טויזנט אומדאקומענטירטע אימיגראנטן צו פארבלייבן אין אמעריקע, און אויך צו פארלענגערן די וויזעס פון נאך צענדליגע טויזנטער אימיגראנטן פון האיטי וועלכע זענען דא אונטער א צייטווייליגע טי-פי-עס פראגראם, און אין אויסטויש באקומען 5.6 ביליאן דאלער פאר זיין גרעניץ וואנט. דער אנבאט האט אויפגערעגט פולע אין טראמפ׳ס קאנסערוואטיווע אנטי-אימיראציע באזע. די דעמאקראטישע פירערין נענסי פעלאוסי האט געזאגט אז זי וועט נישט נעמען קיין שום קאמפראמיס, און אז דער פרעזידענט מוז ערשט עפענען די רעגירונג פאר מען קען מאכן סיי וועלכע פשרה.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל