די פאָדערשטע זייט פון "לַבלר" פאַר חודש שבט תשע"ט
די פאָדערשטע זייט פון "לַבלר" פאַר חודש שבט תשע"ט

דער דריטער נומער פון חודש׳ליכן ״לבלר״ לחודש שבט וועט זיין בייגעלייגט אי״ה אינעם ״מאָמענט״ פון היינטיגער וואך פרשת יתרו

קורצע איבערבליק אויפ׳ן רייכן אינהאלט אין "לבלר #3" לחודש שבט


הואיל משה באר את התורה: וואס און וויפיל ספרים אנטהאלט אונזער תנ"ך אין זיך? וואס זענען די שינויים אין אונזער ספר תהלים וואס זענען מעשי ידי הנוצרים? וואס איז דער כתר ארם צובא אונז נוגע? חכם וסופר הרב מרדכי גנוט ערקלערט די חלוקה פון ספרי תנ"ך, זייער סדר און באשטאנד, און די נוצר'ישע פינגער-אפדרוקן וואס זענען פארבליבן ביז היינט

איש חי״ל היה: דער דמות הוד און לעבן און שאפן פון פארצייטישן איש חסיד ורב פעלים הישיש רבי חנני' יו"ט ליפא לעפקאוויטש ווערט פאראייביגט אין נייעם וואונדערבארן "איש חי"ל", וואס איז אן אוצר בלום פון היסטארישע ווערק --- אינטערוויו מיט'ן ארויסגעבער הרה"ח ר' שלמה דוב לעפקאוויטש און אינטערעסאנטע שטריכן געשילדערט דורך טאלאנטפולן עורך ראשי פונעם ספר הרב צבי יונתן מארטאן

דער ש״ר התורה: א שמועס מיט הרב יואל שפיצער, ראש מכון ש"ר התורה, וועלכער ווידמעט זיינע יארן צו דרוקן די ספרים פון זיין זיידן דער בעל שמן רוקח זי"ע

הגאון האדיר רבי דוד אפענהיים: א וועלט-בארימטער פוסק, א רב אין עטליכע הויפטשטעט, דער "נשיא ארץ ישראל", א פארפאסער פון צענדליגער ספרים, א שתדלן, א גביר, א פייטן און א בעל מקובל

האוצר היומי: אויפדעקונג פון הגאון רבי מאיר שפירא זצ"ל ר"י חכמי לובלין אין יארע תשע"ט לפ"ק --- הרב מאיר דוד פארקאש איבער דער פונדאמענטאלער וויכטיגקייט פון דורכלערנען אויף דער וועלט כל התורה כולה און דער אלטערנאטיווער מיטל דערצו פון גדולי וצדיקי עולם

אייגנארטיגער ״איבעיא להו״ שאלות ותשובות פאנעל: הרב עזריאל טויבער: די ריכטיגע שטעלונג אויף היינטיגע מחלוקת / הרב אהרן פריעדמאן: די בעסטע וואקאציע איז נישט אין די מרחקים / הרב מרדכי גנוט: שטיין ביים ליינען עשרת הדברות אדער זיצן?

הנשר הגדול: דאס לעבן פונעם הייליגן רמב"ם, זיינע פילע ספרים, און זיינע פסקים און תשובות וואס האבן פאראורזאכט שערוריות איבער דער וועלט

הרב שבתי הורוויץ: וואסער פאר'ן מענטשליכן בוים אין א וועלט פון אינפארמאציע /// הרב אלימלך פריעדמאן: דער בוילער סיסטעם /// הרב שלמה אשר טויבער: א שהחיינו אויף יעדן מצב? /// סעריע פון הרב עזריאל טויבער: דאס פינטעלע איד — דער ריכטיגער באדייט פון א איד /// דריטער טייל פון הרב סיני מלבוצקי׳ס סעריע: ספרים און דרוקעריי /// ציטאטן: תנן התם /// נייע ספרי קודש אויפ׳ן ספרים מארק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל