נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט אנולירט דעם טראנס-פאסיפיק-פארטנערשיפ באקאנט אלס טי-פי-פי צוליב דעם וואס לויט אים איז עס אומ׳יושר׳דיג פאר אמעריקע, האט כינע איבערנומען די פירערשאפט דערפון, און ביי די אינטערנאצינאנאלע קאנפערענץ אין די פיליפינען און אין וויעטנאם האט דער כינעזער פרעזידענט אונטערגעשטראכן אז כינע איז אפן פאר גלאבאלע האנדל און וועט רעספעקטירן אינטערנאצינאנאלע האנדלס אפמאכן. און ווי עס שיינט ארבייט זיין סטראטעגיע, און די 11 לענדער - אויסער אמעריקע - וועלכע זענען געווען אנגעשלאסן אין טי-פי-פי, גריייטן זיך צו אונטערשרייבן א פאקט וועלכע וועט אויסשליסן אמעריקע.

די נעמט אריין ריזיגע עקאנאמישע מארקעטס ווי יאפאן, קאנאדע, מעקסיקא, אויסטראליע און נאך, וועלכע וועלן שליסן א האנדלס אפמאך וועלכע וועט עפענען די מארקעטס פון די לענדער פאר פרייע האנדל און פינאנציעלע באציאונגען - און דאסמאל אהן אמעריקע. די יעצטיגע פאקט קומט, אלס רעאקציע צו פרעזידענט׳ס טראמפ נאכאנאנדיגע סטראשעריי מיט ״האנדלס קריג״ קעגן אלע וועלט לענדער, וועלכע זוכן יעצט אלטערנאטיווע מארקעטס, און לענדער וועלכע וועלן ערלויבן פרייע האנדל.

פינאנציעלע עקספערטן פון די לענדער האבן געזאגט אז די לענדער שפירן אז טראמפ פרובירט אויסצונוצן די מאכט פון אמעריקע און זיי צווינגען צו אונטערשרייבן האנדלס אפמאכן וועלכע זענען אומגונסטיג פאר זיי, און דעריבער טוען זיי זיך פאראייניגן, און אזוי ארום פארעמען זיי א פאראייניגטע מאכט וואס קען דינען אלס מאכט צו אפשטויסן די דרוק פון די פאראייניגטע שטאטן.

בילד: 11 לענדער אין טי-פי-פי וועלן שליסן פאקט אן אמעריקע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל