מיניאפאליס - "אן עפל א טאג, האלט דעם דאקטאר אוועק" לויטעט א שפריכווארט, און אן אינטרעסאנטע שטודיע – דורכגעפירט אין יונעווערסיטי אוו מיניאפאליס - טוט טאקע באשטעטיגן אז א געוויסע סובסטאנץ וואס געפונט זיך נאטורליך אין עפל קען העלפן האלטן די קערפערליכע צעלן יונגער און פארמיידן געזונהייט פראבלעמען וועלכע זענען פארבינדן צום פארעלטערונגס פראצעדור.

איינע פון די פראצעדורן וואס פאסירט ווען דער קערפער עלטערט זיך איז אז דער אימיון סיסטעם ווערט אפגעשוואכט, און אזוי ארום טוט נישט די קרעפער ארויסשטויסן אפגעשוואכטע צעלן, און דאס ברענגט דערצו אז צעלן וועלכע רופן זיך "סעלולאר סענעסענס" בלייבן אינעם סיסטעם, און דאס ברענגט דערצו אז מען הייבט אן אויסקוקן עלטער צוליב דעם וואס די הויט קוואליטעט ווערט שוואכער, און ברענגט נאך פארשידענע געזונהייט סימפאטאמען וועלכע זענען פארבינדן מיט'ן נאטורליכן פראצעדור פון זיך פארעלטערן.

ביי יונגערע מענטשן ווערן אזעלכע צעלן עלימינירט דורכ'ן אימיון סיסטעם, און נאר געזונטע צעלן בלייבן איבער, אבער ווען מען ווערט עלטער איז דער אימיון סיסטעם שוואכער און דעריבער לאזט עס איבער די פארשלאפענע צעלן.

דאקטוירים וועלכע פארשן נאטורליכע פרוכט און גרינצייג האבן אבער אויפגעדעקט אז עפל און אויך סטראבעריס האבן אין זיך א באשטאנדטייל וועלכע רופט זיך "סענאוליטיקס" וואס איר אייגנשאפט איז אז זי צילט אזעלכע פארשלאפענע צעלן אינעם קערפער און עלימינירט זיי, און אזוי ארום העלפט עס אז געזונטערע צעלן זאל איר ערזעצן, און דאס טוט האלטן דעם קערפער יונגער און געזונטער.


גענומען פון המספיק גאזעט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל