דער אמטירנדער אטורני דזשענעראל מעטיו וויטעיקער האט נעכטן אנאנסירט אז דער יוסטיץ דעפארטמענט וועט ברענגען קלאגעס קעגן דעם ריזיגן כינעזער טעלעקאמיוניקאציע פירמע "הואוועי" און קעגן דעם פינאנציעלן פארזיצערין פון די פירמע מענג וואַנזשאָו וועלכע איז ארעסטירט געווארן אין קאנאדע אויף די פארלאנג פון אמעריקע. זיי ווערן אנגעקלאגט אין שווינדל און אין גנב׳נען ביזנעס סודות און פאטענטן פון אמעריקאנער פירמעס, הויפטזעכליך האט ער אונטערגעשטאכן א פארצווייגטע אפעראציע וועלכע די פירמע האט אנגעהויבן אין 2012 צו ארויסדערווישן טעכנאלאגיע פון די אמעריקאנער טי-מאביל פירמע וועלכע האט איר געהאלפן פארבעסערן אירע אייגענע טעלעפאנען. די פירמע האט שארף אפגעווארפן די באשולדיגונגען, זאגנדיג אז זיי האבן שוין געשליכטעט א ציווילע קלאגע מיט טי-מאביל איבער דעם קעיס, און האבן געזאגט אז די קלאגעס זענען אומבאגרונדעט.




גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל