דער פראנצויזישער רעגירונג האט איינגעוויליגט צוריק אהיימצוברענגען איבער 130 אייסיס טעראריסטן פון פראנקרייך וועלכע זענען געפארן זיך אנשליסן אין אייסיס, און זענען אונטער ארעסט אין סיריע אונטער די אויפזיכט פונעם אמעריקאנער מיליטער און אירע אליאירטע רעבעלן גרופעס. א געשאצטע צוויי טויזנט פראנצויזן זענען געפארן זיך אנשליסן אין אייסיס אין לויף פון די לעצטע פינף יאר, און ארום 500 געפונען זיך אין טורמע אין פראנקרייך. די יעצטיגע 130 זענען אזעלכע מיט דאפלטע בירגערשאפט, און די פראנצויזן האבן באוויליגט זיי צו ארייננעמען, נאכדעם וואס די קורדישע אויטאריטעטן האבן געזאגט אז נאך דער אמעריקאנער ריקצוג וועלן זיי נישט האבן די מעגליכקייט צו באוואכן די טורמעס, און זענען באזארגט אז זיי וועלן זיך ארויסברעכן אויף די פריי און אנגיין מיט זייערע טעראר אקטיוויטעטן.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה