דער פּאַלעסטינער פּרעמיער מיניסטער ראַמי אל-חאַמדאַלע האט אריינגעגעבן זיין רעזיגנאציע און די רעזיגנאציע פון זיין אחדות רעגירונג צו פרעזידענט מוכאַמאַד אַבאַס, האט ער געזאָגט היינט דינסטאג, געבנדיג אַ קלאַפּ צו שוין-צעפארענע פארהאנדלונג מיט עזה איסלאַמישע כאַמאַס פירער. די רעגירונג וועט פאָרזעצן צו אויספירן אירע פליכטן ביז אַ נייע רעגירונג איז פארמירט, האָט זי געזאָגט אין אַ סטעיטמענט נאָך אַ וועכנטליכע קאַבינעט זיצונג.
עס איז נישט געווען קיין באַלדיגע קאמענטארן פון אַבאַס, אָבער זיין פאַטאַח פראַקציע, אין אַ זיצונג וואָס ער האָט אנגעפירט צוויי טעג צוריק, האט רעקאמענדירט אַז די רעגירונג זאל אויפגעלעזט און ערזעצט ווערן. א כאַמאַס באַאַמטער האט פארדאמט די אקט, אלס אַ פּרווו צו דערווייטערן און אויסשליסן איר גרופּע פון פּאַלעסטינער פּאָליטיק.
חאַמדאַלע האט געפירט די נאציאנאלע יוניטי רעגירונג, געשאפן אין 2014, און אנגעפירט די מערב ברעג-באזירטע פאַטאַח'ס שלום געשפרעכן מיט כאַמאַס, וואָס האט פארכאפט די מאַכט אין עזה אין 2007. די צוויי גרופּעס האָבן אונטערגעשריבן אַ שלום אפמאך צוויי יאָר צוריק, וואָס האט באשטעטיגט אַבאַס'ס פּאַלעסטינער אויטאריטעט צו רעגירן איבער עזה און נעמען קאָנטראָל פון די ברעג שטחים'ס קרייז פונקטן צו עגיפטן און מדינת ישראל. אבער קריגערייען איבער מאַכט-איינטיילונג און קאָנפליקטן איבער פּאָליטיק קעגן מדינת ישראל האָבן פארהאנקערט די פארהאַנדלונגען אויספירונג.

הוסף רשומת תגובה