טעקסאס פּאָליציי זוכן אַ פארשוין וואס איז ווערט געזעהן אויף די ווידיא אנטלויפן מיט זיין פיקאפ טראק פון א פאליציי אפשטעל, מיט אן אפיציר הענגענדיג פון די פענצטער...

די דראַמאַטישע ווידיא איז אפגעכאפט געווארן אויף אַ דעש-קעם נאָכדעם וואס דריי וועלאַסקאָ פּאָליציי דעפּאַרטמענט אָפיצירן האבן קאָנפראָנטירט אַדען לאָו דזשוניאר זונטאג, האבן אויטאריטעטן געזאגט. אפיצירן זענען אנגעקומען צו די סצענע נאָכן באקומען באריכטן פון אַ מענטש וואס שלאפט ביים רעדל פון זיין טראָק אויף די זייט פונעם ראוד. די דריי אפיצירן האבן געפונען דעם 28 יעהריגער לאָו שלאָפנדיג אין די טראק. די טראק איז געווען פארקירט, אָבער דעם מאָטאָר איז געלאפן.

די ווידיא פון דעם אינצידענט ווייזט צוויי פאליציי קרוזערס פּאַרקירט אויף ביידע זייטן פונעם טראָק און צוויי אפיצירן אויף אויף ביידע זייטן פון לאָו. איינער פון די אפיצירן קענען געהערט ווערן איבער'חזר'ן עטליכע מאל צו לאָו אז ער זאל עפענען זיין טיר, ווען דער דריטע באַאַמטער גייט צו די טראָק זיי אַרויסצוהעלפן. ער קומט צו די דרייווער זייט פענצטער פון די טראק און, ווען לאָו טענה'ט זיך ווייטער מיט זיי, איז דער אָפיציר ביי די פּאַסאַזשיר זייט אויך צוגעקומען צו די טיר אויף יענע זייט. פּלוצלינג האט איינער פון זיי געשריגן "לייג די קאר אין פּאַרק!" אַלע דריי אפיצירן האבן דאן פּרובירט ארויפצושפּרינגען אויף די טרעפל פון די טראָק ווען לאָו נעמט זיך פארן, מיט איין אָפיציר באווייזענדיג אריינצושטעקן זיין קאָפּ דורך די פענצטער, און זיי האבן פאָרגעזעצט צו שרייען ער זאל שטעלן די מאַשין אין פּאַרק.

לאַו האט זיך אבער נישט וויסענדיג געמאכט, אריינזעצנדיג אין די פּאָליציי קאר אין פראָנט פון אים איידער ער איז אַוועקגעפארן. בשעת צוויי אפיצירן האבן באוויזן אראפצושפרינגען פון די טרעפל איידער ער צו זייער געפארן, איז דער אנדערע אָפיציר געבליבן הענגן פון די פענצטער און געשריגן פאַר הילף. דער אפיציר איז דאן אומגעווארפן געווארן פון די טראק און געווארפן געווארן אויף די ראוד. אבער ער האט זיך געשווינד אויפגעשטעלט, לויפענדיג צו זיין פּאַטראָל קאר ווען אַלע דריי אפיצירן האבן גערופן פאַר בעקאפּ.

אויטאריטעטן זאגן אז לאָו איז נאכנישט געכאפט געווארן. ער איז אנגעקלאגט געווארן מיט שטארקע אנפאַל אויף אַ פאליציי אָפיציר און זיך ארויסדרייען פון ווערן אַרעסטירט.

אפיציר הענגט פונעם טראק פענצטער

אַדען לאָו דזשוניאר
אַדען לאָו דזשוניאר

פולע דעש-קעם ווידיא פון די אינצידענט


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל