כאטש דריי מענטשן זענען טויט און מער ווי 100 פארוואונדעט נאָכדעם וואס אַ טאָרנעדאָ האט אדורכגעשמיסן האַוואַנאַ באַלד נאָך 8:30 זונטאג ביינאַכט.

בילדער אויף סאשעל מידיא ווייזן איבערגעדרייטע קארס, צעווארפענע געביידעס און אומגעווארפענע עלעקטרישע זיילן.

דער טאָרנאַדאָ זעהט אויס ווי עס האט געלאנדעט 8:28 און 8:31 אין אווענט אין די צפונ'דיגע טייל פון האַוואַנאַ'ס בויעראָס קוואַרטל. דער שטורם האט דאן געקלאפט צו מזרח זייט, פארבייגייענדיג דרום פון האַוואַנאַ'ס פּאָרט און קוים אויסגעמיטן די נאַציאָנאַלער קאַפּיטאָל געביידע אַ מייל און אַ האַלב צו די צפון.







קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל