א היימישע מיידל וואס האב געמוזט טוישן שולע צוליב רדיפות אין איר אלטע סקול, איז ליידער געפונען געווארן טויט.

שרה גאלדמאן'ס קערפער איז אנדעקט געווארן מאנטאג אין א פארלאזטע געביידע אין קערסאל, לאנקאשיר. זי איז ליידער אריבער אסאך שוועריגקייטן, וואס האט זיך געצויגן פון ווען זי האט פארלוירן די חן פון געוויסע אונטערדרוקענדע מייידלעך אין די אלטע שולע.

מס. גאלדמאן איז בהאריכטעט געווארן פעלנדיג בלויז צוואנציג מינוט פריער פון איר היים אין פּרעסטוויטש. א 41-יעהריגער מענטש איז ארעסטירט געווארן אויפ'ן פארדאכט איבער איר פטירה און איז שפּעטער ארויסגעלאזט געווארן.

דער טשערמאַן פון שרה'ז שולע, יהושע ראָו, האט איר געשילדערט אלס א פיינע און קלוגע תלמידה. מר. ראָוו האָט געזאָגט, אַז זי וועט זיין "שטארק געבענקט" אין קינג דעוויד הויך שולע. ער האָט צוגעלייגט: "שרה איז געווען אַ געשמאקע, קלוגע, אינטעלעקטואַלע און גוט-אויפגעפירטע תלמידה און זי וועט זיין שטארק געבענקט ביי אַלעמען אין שולע".


באריכט פון מאניס שעהר צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל