בריטאניע - א פרוי האט געשריגן "טאַטע, דיין פּנים און אויערן זענען נישטאָ" ווען פייער האט אים איינגעשלינגען ביי די שאָרהעם לופט שאָו קראַך, האט אַ דזשורי צוגעהערט. אן אנדער איבערלעבער האט געשילדערט דאס ארויסטאנצן פאר א פארענדע קאר צו אַנטלויפן פון די פלאַמען.

די פייניגע דערציילונגען זענען אויסגעלייענט געווארן צו די דזשורי ביי די מאַנסלאטער פּראָצעס פון דעם 54 יעהריגער פּילאָט ענדרו היל.

דער געריכט האט געהערט אז ער האט פרובירט צו מאכן א פולע צירקל (ווי א ראָלער קאָוסטער) מיט אַ 1950'ס האָוקער האָנטער פייטער דזשעט, ווען עס האט געקראכט אויף די עי-27 שאסיי אין וועסט סוסעקס אום אויגוסט 22, 2015, אומברענגענדיג 11 מענטשן אויף דער ערד.

פּאָול סנעלגראָוו האט צוגעקוקט צו די שאָו מיט זיין טאָכטער און אייניקל. ער האט גענומען בילדער פון די פליגער ווען זי האט אנגעהויבן די צירקל, און דאן געהערט אַ 'קראך' ווען עס איז אַראָפּגעקומען אויף די שאסיי. ער איז אומגעווארפן געווארן איבער די קינד'ס וועגעלע. "איך אנגעהויבן צו פילן אַ ברענעדיגע געפיהל אויף מיין פּנים", האט ער געזאגט. "איך האט געשפירט שטארקע יסורים".

"מיין טאָכטער האט געזאגט, 'טאַטע, דיין פּנים און אויערן זענען נישטאָ!' איך האב געשריגן 'לויף!'. יעדעם וואָס איך האב געהאט געזעהן איידער די קראַך איז מער נישט דארט געווען. איך האב נישט געוואוסט וואָס איז געשעהן צו זיי".

טאַמעס מילבורן האָט דערציילט: "איך האָב עכט געמיינט אז איך גיי שטאַרבן. איך האב באמערקט אַז איך בין געווען ארומגענומען אָדער טיילווייז ארומגענומען דורך אַ פייערבאָל. איך האב געהאלטן אין איין לויפן אַראָפּ די ראוד צו די לופטפעלד. "ווען איך בין געלאפן האב איך באמערקט אז די הויט אויף מיין הענט און אָרעם זענען לויז". ער האט געליטן בריען צו זיין אָרעם, פיס און רוקן.

פּענסיאָנער פיטער ריעד איז ארויסגעשפרינגן פון זיין ברענעדיגע קאר ווען עס איז נאָך געפארן. "איך האָב געהאט די שטאַרקע איינדרוק אז עס גייט אויפרייסן", האט ער געזאגט. "איך בין ארויסגעטאנצן פון מיין קאר. איך האב געזעהן די קאר ווייטער פארן אויף די שאסיי ביז עס איז געקומען צו א אפשטעל".

"איך האב געשפירט מיינע ארעמס זענען געווען הייס וואו איך בין פארברענט געווארן, אָבער איבעראל אויסער דעם האב איך געשפירט אומבארירט".

היל, פון בונטינגפאָרד, הערטפאָרדשייער, לייקנט די מערדער קלאגעס דורך שטארקע נאכלעסיגקייט. דער פּראָצעס גייט אָן.

די פייערבאָל נאך די קראך

דער פּילאָט ענדרו היל



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל