דער פרינץ פון קאטאר - כאסאן על-טאוואדי - האט אויפגענומען א ספעציעלן ראטגעבער, וועלכע זאל טרענירן די ארטיגע אינסטאנצן, וויאזוי זיי קענען מאכן אידישע באזוכער שפירן מער באקוועם, אריינגערעכנט וויאזוי צו אריינברענגען כשר׳ע עסנווארג און תשמישי קדושה. דאס איז טייל פון זייערע בעפארברייטונג צו די אלימפישע שפילן אין 2022, וועלכע וועלן דארט ווערן אפגעהאלטן און זיי ערווארטן א גרויסע צאל אידישע געסט פון אמעריקע און פון ארץ ישראל. דער רב ראביי מארק שניידער פון ניו יארק געפונט זיך אין די טעג אין קאטאר, צו אויסארבייטן קאארדינירן די באמיאונגען. דאס קומט געציילטע טעג נאכדעם וואס קאטאר האט געזאגט, אז זיי וועלן מאכן אן אויסנאם און אריינלאזן מדינת ישראל בירגער פאר די שפילן.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל