דער ״מעקלאטשי״ נייעס אגענטור, האט נעכטן באריכטעט אז אייראפעישע שפיאנאזש דינסטן האבן איבערגעגעבן פאר די מולער שטאב און אמעריקאנער אגענטורן, אז זיי האבן אויפגעכאפט סעלפאון סיגנאלן פון דעם טראמפ אדוואקאט - מייקל כהן - אין פראג אין זומער פון 2016 אין ברען פון די וואלן. אויב זאל דאס זיין ריכטיג, טוט דאס באשטעטיגן די אינפארמאציע אינעם ״סטיל דאסיער״ וועלכע זאגט אז כהן איז געשיקט געווארן קיין פראג, צו קאארדינירן מיט רוסישע אגענטן וויאזוי זיי קענען העלפן דעם טראמפ קאמפיין, דער דאסיער ווערט אראפגעריסן אלס הוילע געשיכטעס, אבער עטליכע פון די דעטאלן דארט האבן זיך שוין ארויסגעשטעלט צו זיין באגרינדעט. כהן זעלבסט קאאפערירט יעצט מיט מוללער, ער האט געלייקנט דעם באריכט אויף טוויטער שרייבנדיג ״פראג איז זייער שיין אין זומער, איך האב אזוי געהערט, אבער איך אליין בין נאכנישט דארט געווען״.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל