ריטשארד אווערטאן, דער עלטסטער מענטש אין די פאראייניגטע שטאטן, איז היינט געשטארבן, אין זיין היימשטאט אוסטין, טעקסאס. אווערטאן איז נישט בלויז דער עלטסטער אמעריקאנער, נאר אויך דער עלטסטער צווייטע וועלטס קריג וועטעראן, און איז געווען סטאנציאנירט אין פוירל הארבער ביים יאפאנעזער איבערפאל. אווערטאן - וועלכער איז שווארץ - האט אין זיינע לעבנסטעג מיטגעהאלטן דער אריבערגאנג פון אונטערדרוקונג צו פולע ציווילע רעכטן פאר אים און זיינע שווארצע ברודער און שוועסטער. ער האט זייענדיג איבער די הונדערט נאך געווען שטארק אקטיוו, און האט זיך געהאלטן פארנומען מיט וואלונטיר ארבעט פאר נויטבאדערפיגע, און לויט די מעלדונג פון זיין פאמיליע איז ער געווען פארהעלטנסמעסיג געזונט און ביים זינען ביז צו זיין טויט. דער גאווערנער פון טעקאסאס האט אים באוויינט און אים אנגערופן ״אן אמעריקאנער לעגענדארער פיגור״.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה