שטייענדיג א וואך אריין אינעם טיילווייזן רעגירונג שאטדאון, קוקט אויס ווי ביידע זייטן זענען פארפאנצערט אין זייערע שטעלונגען און האלטן נישט ביים נאכגעבן, אבער פרעזידענט טראמפ האט קלארגעשטעלט, אז ער איז גרייט צו גיין ווייטער און נעמען שריט אויב קאנגרעס שענקט אים נישט זיין גרעניץ וואנט, זאגנדיג אז אויב באקומט ער נישט קיין געלט פאר׳ן וואנט, וועט ער פארארדענען א גענצליכע אפשלוס צום גרעניץ צווישן אמעריקע און מעקסיקא. דעמאקראטן האלטן זיך דערווייל ביי זייער אנבאט צו געבן בלויז 1.3 ביליאן דאלער פאר גרעניץ זיכערהייט, אבער נישט פאר קיין וואנט, וועלכע זיי זאגן איז אומנויטיג און אומעפעקטיוו. טראמפ האט אין זיין טוויטער-בליץ אויך אטאקירט האנדורעס, גוואטאמאלע און על-סאלוואדאר זאגנדיג אז זיי מוטיגן אימיגראציע קיין אמעריקע און ער וועט שניידן אלע אמעריקאנער הילף צו זיי.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל