ספּעיס-עקס און בלו אָרידזשין גרייטן זיך פאר אַ פאַרנומענע טאָג פון ראַקעט אַרויפשיסן היינט דינסטאָג צופרי, פּלאַנירנדינג צו שיקן ראַקעטן צו די ספערן, מינוטן אָפּגעריקט איינע פון די אַנדערע. און אויב די וועטער ערלויבט, וועט אויך זיין צוויי אַנדערע ספּעיס אַרויפשיסן היינט.

אפדעיט: מיסיעס אָפּגעשיבט!

ביידע אַרויפשיס מיסיעס זענען אָפּגעשיבט געוואָרן, צוליב קאָמפּיוטער גליטשעס. צוערשט האָט די ספּעיס-עקס אַרויפשיס פאַרשפּעטיגט כמעט אַ האַלבע שטונדע, אָבער דאַן האָט אַ גליטש געברענגט אַ פולע אָפּשטעל צו די מיסיע. ספּעיס-עקס וועט נאָכאַמאָל פרובירן מאָרגן, מיטוואָך בערך 9:07 צופרי.

די אייראָפעאישע ספּעיס פירמע אַריענספּעיס האָט אויך אָפּגעשטעלט זייער אַרויפשיס מיסיע, וואָס האָט געדאַרפט פאָרקומען 11:37 פאַרמיטאָג פון די פראַנצויזישע גיאַנע, צוליב די וועטער צושטאַנד.

דאַן האָט בלו אָרידזשין געמאָלדן אַז זיי האָבן אָפּגעשיבט זייער אַרויפשיס מיסיע, צוליב אַ אינפראַסטרוקטור פראָבלעם.

ספּעיס-עקס: דזשי-פּי-עס פאר די עיר פאָרס

ספּעיס-עקס וועט אַרויפשיסן אַ נייע דזשי.פּי.עס. סאַטעליט פאַר די יו.עס עיר פאָרס בערך 9:11 צופרי:


בלו אָרידזשין: נאַסאַ

בלו אָרידזשין וועט נאָכפאָלגן מיט אַ נאַסאַ שיפּמענט 9:30:


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל