דער געוועזענער טראָמפּ קאמפּיין ראַטגעבער ראַדזשער סטאָון האָט געשליכטעט אַ $100,000,000 קלאַגע באַשולדיגענדיג אים פאַר'ן פּובליצירן ליגנט אויף די אַלט-רייט אינפאָו-וואָרס וועבסייט.

די וואָל סטריט זשורנאַל האָט באַריכטעט אַז דער כינעזער ביזנעסמאָן גואָ ווענגוי האָט אָנגעקלאָגט סטאָון אין מערץ, זאָגענדיג אַז סטאָון האָט אים באַשמוצט אַלס אַ "פאַררעטערישע פאַרברעכער" וואָס האָט געבראָכן אַמעריקאַנער וואַלן געזעצן. סטאָון זאָגט איצט אַז זיין אויפפירונג איז געווען "אומפאַראַנטוואָרטלעך".

גואָ האָט קריטיקירט הויך-ראַנקיגע קאָרופּציע אין כינע, און געבעטן אַזיל רעכט פון אמעריקע.

דער סעטלמענט וואס איז דערגרייכט געוואָרן מאָנטאָג אידענטיפיצירט דעם כינעזיש-אמעריקאנער מידיאַ מאַגול ברונאָ וואָ און אַ געוועזענער טראָמפּ איינגעשטעלטער אלס די מקורות פון פאַלשע אינפאָרמאַציע.

דער סעטלמענט ערלויבט סטאָון צו אויסמיידן דאָס באַצאָהלן פאַר די שאָדנס, אויב ער פּובליצירט אַנאָנסן אין נאַציאָנאַלע צייטונגען איבערבעטענדיג פאַר די סטעטמענטס און צוריקציענדיג די סטעטטמענטס אָנליין. סטאָון איז נאָך פאַרפּלאָנטערט מיט די אויספאָרשונג איבער די רוסישע אַריינמישונג אין די 2016 וואַלן.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל