די ניו יארק סטעיט ערציאונגס דערפארטמענט האט טיילווייז צוריקגעצויגן פון דער פארלאנג אז מען זאל לערנען כאטש 7 שעה א טאג לימודי חול, אבער פארלאנגען נאך אלס אז עס זאל זיין א מינימום פון 17 און א האלב שעה א וואך פאר הויכע עלעמענטרי קלאסן (כיתות ה' און ו').  אדמיניסטראטארן, סיי פון מוסדות התורה און סיי פון נישט אידישע פריוואטע שולעס, האבן זיך אויסגעדרוקט אז די זארג איז נישט איבער די רעגולאציס נאר איבער דער נייער פרעצעדענט אז די סטעיט רעגירונג זאל האבן א ווארט איבער לימודים פון פריוואטע שולעס, א זאך וואס קען האבן ווייטגרייכנדע פאלגן. דער האפענונג איז, אז די רעגירונג זאל גענצליך איבערלאזן סיי וועלכע באשלוסן אנבאלאנג לימודים אין ישיבות אין די הענט פון די מנהלים וראשי ישיבה.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל