דער אמעריקאנער יוסטיץ דעפארטמענט האט אנגעקלאגט צוויי כינעזער בירגער, אין אנפירן א מאסיווע העקעריי אטאקע אויף דער פארלאנג פון בעדזשינג. די צוויי האבן געהעקט סיסטעמען אין אמווייניגסטענס 12 סטעיטס, אריינגערעכנט ניו יארק, קאליפארניע און טעקסאס, ווי אויך קאמפיוטער סיסטעמען באזירט אין יאפאן, דייטשלאנד, פראנקרייך און ענגלאנד, ציהלנדיג סיסטעמען פון אוויאציע, סאטעליט טעכנאלאגיע, און קאמפיוטער פראסעסינג טעכנאלאגיע.
די צוויי, וועלכע זענען א טייל פון צוויי העקעריי גרופעס באקאנט מיט די צונעמען ''רויטע אפאלאו'' און ''שטיינערנע פאנדא'', האבן נישט נאר געצילט ביזנעסער, נאר אויך אריינגעהעקט אין מער ווי 40 קאמפיוטערס, ווי עס איז זיי געלונגען צו גנב'ענען סאושעל סעקיורעטי נומערן און געבורט דאטומען פון מער ווי 100,000 נעיווי איינגעשטעלטע פון דער אמעריקאנער מיליטער.
דער דעפיוטי עף-בי-איי דירעקטאר ראד ראזענסטיין האט געזאגט אז דאס איז נאר דעם שפיץ פון די אייזבארג, מער אינפארמאציע וועט נאכפאלגן.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה