דער ביליאנער און גרינדער פון דער עלעקטערישער קאר פירמע ''טעסלא'' אילאן מאסק האט היינט געמאלדן אז ער טוט ערנסט באטראכטן די מעגליכקייט פון אפקויפן א דזשי.עם. פאבריק אין אהייא וועלכער וועט זיך פארשליסן קומענדיגע יאר. דזשי-עם האט שוין געמאלדן פארגאנגענעם חודש אז זיי וועלן פארשליסן 3 פאבריקן, און יעצט וועט מאסק מעגליך קויפן איינע פון די דריי.

אויב טעסלא קויפט אפ דעם פאבריק וועט עס זיין די צווייטע מאל וואס זיי קויפן אפ א פאבריק וואס האלט זיך ביים פארשליסן, נאכדעם וואס אין 2010 האבן די פירמע געקויפט די ''נאמי'' פאבריק אין קאליפארניע, וואס האט וואס איז געווען אונטער די אייגענטימערשאפט פון דזשי-עם און טאיאטע, פאר נישט מער ווי 42 מיליאן דאלער קורצליך נאכדעם וואס עס איז פארשלאסן געווארן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל