די אינטערנאַציאָנאַלע לאו ענפארסמענט געמיינדע איז איינגעשפאנט צו זוכן די צוויי היימישע קינדער וואס זענען פארכאפט געווארן דורך די קרימינאלע כוליגאַנעס פון די לב טהור קולט אין אפסטעיט ניו יארק אום שבת קודש. עס וואונדערט קיינעם די חילול שבת, זינט די באנדע זענען שוין מחלל שם שמים פאר אסאך יאהרן, אין אסאך לענדער. די כוליגאַנעס קרימינאלע האבן א לאנגע היסטאריע פון קידנעפּן קינדער און פארכאפן ערוואקסענע פון זייער מאן\פרוי, שוין אזוי לאנג צוריק ווי איבער צוואנציג יאהר, כאטש אנפאנג איז דאס אנגעגאנגען מיט די שטיל-שווייגעניש פון די גדולי הדור בימים ההם.

די צוויי קינדער: חיים און יענטא טעללער
די צוויי קינדער: חיים און יענטא טעללער

עמבער אלערטס אין מעקסיקא
עמבער אלערטס אין מעקסיקא

עמבער אלערטס ביי אלע לופטפעלדער
עמבער אלערטס ביי אלע לופטפעלדער

עמבער אלערטס אין גואַטאַמאַלאַ
עמבער אלערטס אין גואַטאַמאַלאַ

עמבער אלערטס דורך די ניו יארק סטעיט פאליס
עמבער אלערטס דורך די ניו יארק סטעיט פאליס


באריכט פון יואל זילבער צו אידישע נייעס (וועב | טעלעגראם | טוויטער | אינסטעגראם | וואטסעפפ)

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל