א זעלבסמערדער אינאיינעם מיט דריי מיליטאנטן זענען היינט אינדערפרי איבערגעפאלן א צענטראלע רעגירונג געביידע אין קאבול, אומברענגנדיג צענדליגע זיכערהייטס וועכטער און באאמטע. דער זעלבסמערדער האט זיך אויפגעריסן צוערשט ביים טויער, און ערלויבט פאר דריי מיליטאנטן צו עפענען פייער מיט ביקסן און מיט האנט גראנאטן. א פייער אויסטויש האט אנגעהאלטן פאר אכט שעה, ביז עס איז געלונגען פאר די אפגאנער קרעפטן צו אומברענגען די דריי טעראריסטן.

לויט א ערשטע באריכט פון די אויטאריטעטן, זענען 43 אומגעקומען אין דעם פייער אויסטויש, אבער די צאל קען שטייגן וויבאלד עס קומען נאך פאר נישטערונגען אין דעם פארברענטן געביידע. דער אטאקע קומט טעג נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן אז ער וועט ארויסציען ארום האלב פון די אמעריקאנער קרעפטן אין אפגאניסטאן.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל