די צאל פאטאליטעטן וואס זענען באריכטעט געווארן אין די ערשטע טעג נאך דעם צונאמי אין אינדאנעזיע שטעלן זיך ארויס צו זיין אונטערגעשאצט, נאכדעם וואס רעטונג ארבייטער נישטערן צווישן די ברוכווארג און אנדעקן נאך קערפער. היינט אינדערפרי איז באריכטעט געווארן אז דערווייל שטייט די צאל אידעטיפיצירטע טויטע ביי איבער 430, און דער צאל קען נאך מעגליך שטייגן נעמענדיג אין באטראכט אז די רעטונג ארבייט גייט נאך אן. אויטאריטעטן שאצן אז דאס קען אנקומען צו איבער 600. אזוי אויך זענען ארום 1,600 פאמיליעס געבליבן היימלאז, נאכדעם וואס זייערע הייזער זענען פארשוועמט געווארן אינעם צונאמי.



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל