איבער די וועלט קוקט מען שטארק ארויס אויף די פארשריט וואס קובא מאכט נאכדעם וואס עס האט זיך געענדיגט די קאסטרא-עפאכע, און דער קאמוניסטישער לאנד פרובירט צו עטוואס עפענען איר עקאנאמיע צו די וועלט און זיך מאדערנאזירן. דער קובאנער פרעזידענט מיגועל דיאז-קאנאל האט נעכטן באגריסט דאס וואס די נאציאנאלע אסעמבלי האט באשטעטיגט א פרישע קאנסיטוטציע וואס וועט געשטעלט ווערן פאר א רעפערענדום ביים קובאנער פאלק דעם קומענדיגן פעברואר 24. די קאנסטיטוציע פירט איין ערנסטע טוישן אינעם גאנצן רעגירונג סיסטעם, און דאס וויכטיגסטע פון אלעם אז עס שטעלט טוירם-לימיט׳ס אויף דעם פרעזידענטליכן אמט, און אזוי אויך ערנסטע עקאנאמישע רעפארמען.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל