אן אכט יעריג אימיגראנט קינד פון גוטאמאלא איז היינט געשטארבן אין א שפיטאל אין ניו מעקסיקא. דער 8 יעריג אינגל וואס איז געהאלטן געווארן אינאיינעם מיט זיין פאטער אין אויפהאלטונגס צענטער פון דער גרעניץ-וואך אגענטור אין ניו מעקסיקא, איז געווארן אריינגעפירט אין שפיטאל נעכטן נאכט אין באגלייטונג פון זיין פאטער, נאכ'ן ליידן פון א פארקילעכטס און פיבער, און געשטארבן געציילטע שעה דערויף.

דאס איז שוין דער צווייטער פאל דעם חודש וואס א קינד שטארבט אונטער דער אויפזיכט פון דער גרעניץ-וואך אגענטור.


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל